חיים יהושע האלבערשטאם (באבאוו)

רבי חיים יהושע האלבערשטאם זצ"ל (ה'תרע"ב - ג' כסלו ה'תש"ג), פון באבאוו.

אפשטאם רעדאַקטירן

רבי חיים יהושע איז געבוירן אין באבאוו אין יאר ה'תרע"ב, צו זיין פאטער הרב בן-ציון האלבערשטאם, רב אין באבאוו, א זון פון הרב שלמה האלבערשטאם, רב אין באבאוו, א זון פון רבי מאיר נתן האלבערשטאם, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת חיה פראדיל א טאכטער פון הרב שלום אליעזר האלבערשטאם, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים.

הסתלקות רעדאַקטירן

רבי חיים יהושע איז נפטר געווארן פון טיפוס אין טאשקענט ג' כסלו ה'תש"ג.

פאמיליע רעדאַקטירן

רבי חיים יהושע האט געהייראט מרת לאה, א טאכטער פון הרב ברוך האלבערשטאם רב אין קשאנאוו. זייערע קינדער:

  • הרב ברוך דוד האלבערשטאם, ער האט געהייראט מרת עכסא א טאכטער פון הרב דוד מייזליש. זייערע קינדער:
    • הרב משה יהושע האלבערשטאם
    • הרב בן-ציון דוב האלבערשטאם
    • מרת רחל בריינדל
  • הרב יעקב יוסף האלבערשטאם, רב אין בית המדרש קדושת ציון אין בארא פארק, ער האט געהייראט מרת שרה א טאכטער פון הרב אהרן טייטלבוים. זייער זון:

רעפערענצן רעדאַקטירן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר