רבי יחזקאל דוד האלבערשטאם זצ"ל (ה'תרע"ד - כ"ה אדר ב' ה'תשל"ח) פון פאקשיווניץ.

אפשטאם רעדאַקטירן

רבי יחזקאל דוד איז געבוירן אין באבאוו אין יאר ה'תרע"ד (אומגעפעהר), צו זיין פאטער הרב בן-ציון האלבערשטאם, רב אין באבאוו, א זון פון הרב שלמה האלבערשטאם, רב אין באבוב, א זון פון רבי מאיר נתן האלבערשטאם, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים. און צו זיין מוטער מרת חיה פראדיל א טאכטער פון הרב שלום אליעזר האלבערשטאם, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם, דער דברי חיים.

הסתלקות רעדאַקטירן

רבי יחזקאל דוד איז נפטר געווארן אין ניויארק כ"ה אדר ב' ה'תשל"ח, און ליגט אין פלאראל פארק בית עלמין, ניו דזשערסי נעבן זיין ברודער'ס אהל.

פאמיליע רעדאַקטירן

רבי יחזקאל דוד האט געהייראט מרת רבקה, א טאכטער פון הרב אברהם הורוויץ, א זון פון הרב יחיאל הורוויץ, פון פאקשיווניץ. זייערע קינדער:

  • הרב יחיאל האלבערשטאם פון מאנסי, ער האט געהייראט מרת יענטע א טאכטער פון הרב אהרן טייטלבוים.
  • הרב חיים האלבערשטאם, ער האט געהייראט אין יאר ה'תשכ"ה מרת אידל בינה א טאכטער פון הרב יצחק אייזיק ליעבעס. זייערער קינדער:
    • משולם ישכר יוסף האלבערשטאם.
    • בן ציון אברהם יעקב האלבערשטאם.
    • צפורה לאה
  • הרב בן ציון אברהם האלבערשטאם, ער האט געהייראט מרת פריידא א טאכטער פון הרב שרגא פייוויל האלבערשטאם א זון פון הרב דוד האלבערשטאם, דער קשאנאווער רב.
  • הרב שלמה האלבערשטאם, אן איידעם פון הרב פסח אברהם שענפעלד.

רעפערענצן רעדאַקטירן

  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר