באר
- דער ארטיקל דיסקוטירט דעם פרוכט. טאמער זוכט איר אן אנדער באדייטונג, זעט באר (באדייטן).
א באַר (אדער באַרנע) איז א פרוכט פון א בוים פונעם מין Pyrus.
באַר | ||||||||||||||
---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|---|
אייראפעאישער באר צווייג מיט פרוכט
| ||||||||||||||
וויסנשאַפֿטלעכע קלאַסיפֿיקאַציע | ||||||||||||||
| ||||||||||||||
זגאל | ||||||||||||||
בערך 30 זגאלן |
דער באר איז קלאציפֿירט אין Maloideae, אן אונטערפאמיליע פון Rosaceae. דער עפל (Malus domestica) וואס איז ענלעך אין בלומענסטרטקור, געהערט אויך צו דער דאזיגער אונטערפאמיליע. אין ביידע פֿעלער איז די פרוכט צונויפגעשטעלט פון דער כלי פונעם בלומענשטענגל (וואס מען רופט דאס בלומען-בעכערל רערל) שטארק פארגרעסערט, ארומצאמענדיג אין זיין פלייש די פינף כראמסקישע קארפעלן וואס שטעלן צונויף דעם "יאדער" וואס איז באטאניש דער אמתער פרוכט. אנאנדער הויפט קרוב פונעם באר (און במילא פונעם עפל) איז דער קווינץ.
בדיקת תולעים
רעדאַקטירןדער באַר איז ראטזאם צו קאנטראלירן פאר'ן עסן צי ס'איז נישט ווערמיג (תולעים). געווענליך ווען ער איז פריש טרעפט זיך נישט אין אים קיין אינסעקטן (שרצים), אויב אבער מען זעט אויף אים פלעקן פון רויטע פינטלעך איז ראטזאם מען זאל גוט ארומוואשן דאס ארט וואו ס'געפינט זיך דער פלעק.
מצוות התלויות בארץ
רעדאַקטירןדער באַר איז פון די פרוכט וואס וואקסן אין א ברייטן פארנעם אין ארץ ישראל, און מען דארף מיט זיי אויספירן (מקיים) די מצוות וואס זענען אנגעהאנגען ספעציעל פאר דעם לאנד ארץ ישראל (מצוות התלויות בארץ): תרומות, מעשרות, שמיטה.
שמיטה
רעדאַקטירןדער דאטום וואס פאלט אויף דעם באַר די דינים פון שמיטה, הייבט זיך פון חודש אייר פון דעם זיבעטן יאר ביז חודש תמוז פון דעם אכטן יאר. דער ראסע ספדונה און דער ראסע קוסציה געפינען זיך אויף דעם מארק א גאנץ יאר פון די פרידזשידערן, די נייע פרוכט קומען אויף דעם מארק אין חודש תמוז. דער ראסע ג'נטיל איז א פריצייטיגער פרוכט און איז שוין אויף דעם מארק פון חודש אייר.
ערלה
רעדאַקטירןדער באַר געפינט זיך שוין אויף דעם מארק נאך אין זיינע ערשטע דריי יאר, דערפאר דארף מען קאנטראלירן און אויף פאסן פאר מען באנוצט זיך מיט זיי וועגן דעם פראבלעם פון ערלה.
קאנזערווען
רעדאַקטירןאין די פאבריקן ווערט פראדוצירט קאנזערווען קאמפאט פון בארן, די פראדוקציע באשטייט אין אלגעמיין פון אויס סארטירן, רייניגן, שיילן און שנײַדן אויף קלענערע שטיקלעך דעם באר. צו דעם פרוכט ווערט געווענלעך נאר צוגעגעבן וואסער און צוקער און ווערט פארפאקט אין בלעכענע פושקעס. פון דעסט אונטוועגן איז ראטזאם (ווי ס'איז מעגליך) זיי צו עסן נאר מיט א פארלעסלעכן הכשר, אז ס'איז קאנטראלירט געווארן די אלע האלטבארע ארטיקלען מיט וואס דאס ווערט פארארבייט, ספעציעל אין ארץ ישראל וואו ס'איז פארהאן דער פראבלעם פון מצוות התלויות בארץ.
געטריקענטע פרוכט
רעדאַקטירןפאר דעם טריקענען דארף מען קאנטראלירן דעם באר פון ווערעם און אינסעקטן, און מען דארף אויספירן די מצוות התלויות בארץ. פאר מען גייט זיי עסן דארפן זיי געקאנטראלירט ווערן פון אינסעקטן, און אויך מיט וואס זיי זענען איינגעשמירט געווארן.
זעט אויך
רעדאַקטירןרעפערענצען
רעדאַקטירן- אנציקלופדיה לכשרות המזון