באַניצער רעדן:ציגרעטל
טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער ייִדישער װיקיפּעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.






מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.
מיט דאנק
פון אלע וויקיפעדיע באניצערס, לייענערס, און שרייבערס
אלבאם רעדאַקטירן
אויף יידיש שרייבט מען אַלבאָם מיט א קמץ-אלף. זעט למשל דא. א דאנק פאר אייערע אינטערעסאנטע נייע ארטיקלען.
כל טוב. --פוילישער 23:44, 11 יאַנואַר 2011 (UTC)
אלבאם קלעבט מיר עפעס נישט, איך בין צוגעוואוינט צו זעהן שטיין אלבום. אבער אז איר ווילט אזוי, זאל זיין אזוי. איך וועל מיך נישט שפארן מיט אייך דערוועגן ציגרעטל 02:57, 12 יאַנואַר 2011 (UTC)
יצחק יחיאל הכהן רעדאַקטירן
א גוטע וואך! צי האט יצחק יחיאל הכהן געשריבן אנדערע ספרים אחוץ דעם אגרת לנבוכים? --פוילישער 19:26, 12 פעברואר 2011 (UTC)
איך ווייס נישט, אבער איך וועל פרובירן צו מברר זיין ציגרעטל 23:50, 20 פעברואר 2011 (UTC)
הניגון שבלב רעדאַקטירן
ס'איז שווער צו פארשטיין דעם ארטיקל הניגון שבלב. אפשר וואלט געווען בעסער צו שרייבן אן ארטיקל וועגן ראזנפעלד און דערמאנען דארט זיינע אלבאמען? --פוילישער 10:32, 21 פעברואר 2011 (UTC)
יאסעלע קאקאש רעדאַקטירן
אייער ארטיקל יאסעלע קאקאש האט נישט גענוג אינהאלט צו פאדערן א באזונדערן ארטיקל. --פוילישער 23:13, 2 מערץ 2011 (UTC)
נו טאקע דערפאר האב איך געעפנט א בלאט ווייל איך וויל וויסן מער ציגרעטל 02:36, 3 מערץ 2011 (UTC)
אפשר קענט איר ארויפלאדן דעם שער בלאט פון שלמי רגלים פארן ארטיקל וואס איר האט געשריבן? --פוילישער 11:01, 8 אַפריל 2011 (UTC)
- איך האב ערפילט אייער פארלאנג http://yi.wikipedia.org/wiki/%D7%98%D7%A2%D7%A7%D7%A2:Sl.png ציגרעטל 01:50, 9 מײַ 2011 (UTC)
- ייש"כ --פוילישער 14:52, 9 מײַ 2011 (UTC)
קרית יואל זשורנאל רעדאַקטירן
א דאנק פארן ארויפלאדן אן עקסעמפלאר פונעם זשורנאל. אצינד זע איך וואס ער איז. כ'האב צוריקגעשטעל דעם ארטיקל קרית יואל זשורנאל. א שאד וואס דער שרייבער האט נישט געשריבן א געהעריגן ארטיקל לכתחילה, וואלט איך נישט געדארפט אויסמעקן. --פוילישער 06:32, 12 אַפריל 2011 (UTC)
יצחק וויינגארטן רעדאַקטירן
וואס איז פשט אין דעם ארטיקל? ער האט קיין שום פארבינדונג נישט מיט אנדערער ארטיקלען, ברענגט נישט קיין מקורות, און בכלל באשרייבט א איד וואס איז א ר"מ אין א ישיבה און האט ארויסגעגעבן א ספר. דאס איז שוין גענוג מערקווירדיג צו שאפן אן ענציקלאפעדיע ארטיקל ? --פוילישער 13:33, 5 יולי 2011 (UTC)
- איך פארשטיי נישט אייער אויפברויז. ר' יצחק וויינגארטן איז געווען א בארימטער פערזענליכקייט און האט ארויסגעגעבן אסאך ספרים. ווען די צייט וועט מיר ערלויבן וועל איך ארויפלייגן די איבריגע ציגרעטל 02:08, 7 יולי 2011 (UTC)
- וויקיפעדיע איז א געמיינזאמער אנציקלאפעדיע וואס ווערט געבויעט בשותפות אסאך אירע ביינאזאם. ווען איינער האט נישט אלע אינפארמאציע איבער א געוויסער ענין אדער די צייט ערלויבט אים נישט עס צו פארענדיגן, שרייבט ער אריין וואס ער ווייסט און מיטן כח הרבים ווערט עס מיט די צייט פארענדיגט.
- דאס מעקן אדער באהאלטן ארטיקלען, איז א דירעקטער גורם אז דאס זאל נישט פאסירן און דער אידישער וויקי זאל זיין גאר ארים.ציגרעטל 15:31, 13 יולי 2011 (UTC)
- אנטשולדיגט, וואס איר זאגט איז גערעכט, אבער בתנאי מען האט פעסטגעשטעלט אז דער סוביעקט פונעם ארטיקל האט אן ארט דא אין וויקיפעדיע. --פוילישער 18:23, 13 יולי 2011 (UTC)
זייט אזוי גוט, פון וואנעט נעמט איר דאס ווארט "אסטיסאלאגיע" ? --פוילישער 15:12, 23 יאַנואַר 2012 (UTC)
- אזוי האב איך געזעהן אין א ביכל ציגרעטל 18:33, 23 יאַנואַר 2012 (UTC)
א ייש"כ פאר אלע אייערע ביישטערונגען אין וויקיפעדיע. כ'דארף ליידער צוריקדרייען אייער ענדערונגען צום גראז ארטיקל. אזוי ווי ס'זענען דא פארשידענע ארנטלעכע אויסלייג מעטאדן פאר יידיש, איז דער מנהג אין וויקיפעדיע נישט צו ענדערן אן ארטיקל פון איין סטיל אויסלייג אויף א צווייטן, נאר ווען מעט האט די הסכמה פון דער קהילה. למשל, איר שרייבט וויכטיג, זענען, עטליכע. אנדער שרייבן וויכטיק, זיינען, עטלעכע. אזוי ווי ס'איז נישט דא קיין הכרעה, טוט מען נישט ענדערן דעם ארטיקל. די זעלבע גייט אן אין דער ענגליש־וויקיפעדיע, וואו טייל שרייבן אמעריקאנער ענגליש און טייל שרייבן בריטישע ענגליש. כל טוב! --פוילישער 09:20, 24 יאַנואַר 2012 (UTC)
גאלאנטא רעדאַקטירן
א גרויסן ייש"כ פארן אנהייבן דעם שיינעם ארטיקל גאלאנטא. --פוילישער 23:57, 25 יאַנואַר 2012 (UTC)
שאפן אן אויטאפאטראלירטער גרופע רעדאַקטירן
מען זוכט אייער דעה וועגן שאפן אן אויטאפאטראלירטער גרופע. א דאנק! --פוילישער 06:34, 7 יוני 2012 (UTC)
אזוי ווי ס'איז שוין פאראן אן ארטיקל מנחם מענדל (בוך) אויף דער זעלבער טעמע, האב איך אריבערגעפירט אייער טעקסט דארטן. א ייש"כ פאר אייער ארבעט. --פוילישער 06:20, 13 מײַ 2013 (UTC)
איבער טייטשן רעדאַקטירן
איך זוך איינער וואס קען איבער טייטשן אפאער ערכים פון לשה"ק צו אידיש. איר קענט? -- די באמערקונג איז געשריבן פון באניצער הביוגרף וואס האט פארגעסן אונטערשרייבן.
אדמינאסטרעיטער רעדאַקטירן
אפשר ווערסטו אן אדמינאסטרעיטער--Alefbeis (רעדן) 03:35, 13 יאַנואַר 2015 (UTC)