שלמי רגלים
שלמי רגלים איז א ספר אויף מסכת חגיגה האט פארפאסט ר' שמעון לאנגזאם דומ"ץ פון מעליץ.
עס איז געדרוקט געווארן אין בארטפעלד אין יאר תסד"ר, מיט הסכמות פון הג"ר יצחק שמעלקיש, הג"ר מאיר יחיאל פון אוסטראווצא און דער מהרש"ם.
פון אנהויב איז דא א קליין קונטרס מיטן נאמען שמן למאור און ביים סוף הר המוריה. עס אנטהאלט א ס"ה פון זעקס-און-פופציג בלעטער.
עס איז איבערגעדרוקט געווארן אין תשמ"ז דורך אברהם שבתי ליפשיטץ.