If you can't read Yiddish, click here.

טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער יידיש-וויקיפעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.

שרײבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: הילף:רעדאקטירן א בלאט) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "ווייזן פאָרױסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט.
שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויפן "צושטעלן טעמע" צינגל וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן בײַם אויפֿהיטן אלס אן אונטערשריפט װעלכע אַנטהאַלט אײַער נאמען, און א לינק צו אײַער באניצער בלאט, און די פונטקלעכע צײַט און דאַטע.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באַניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באניצער, באדינט בדרך כלל דעם באניצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענקט: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט. סיי ארטיקלען און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירושע רשות דאס אהער צוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען ווי אזוי צו שרייבן און ווי אזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.

מיר קוקן ארויס אויף אייערע בײַשטײַערונגען, און ווינטשן אײַך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונדזער בשותפותדיקן פראיעקט.

מיט דאנק

פון אלע וויקיפעדיע באניצער, לייענער, און שרייבער


א גרויסן דאנק פארן רעדאקטירן

רעדאַקטירן

מיר קענען דיך נישט גענוג אפדאנקן פאר די יגיעה און פלייס וואס די לייגסט אריין אין יעדע ארטיקל אז די לשון און דקדוק זאל זיין אויסגעהאלטן און גרינג צו ליינען. דער אייבערשטער זאל דיר באצאלן דעם ריכטיגען שכר . איך האלט אז מען דארף דיך מאכן פאר א סיסאפ, פשוט גרינגער צו מאכן דיין ארבייט --יודל 04:19, 21 פֿעברואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

ביטע העלף אונדז בויען דעם וויקיביבליאטעק

רעדאַקטירן

גיי אריין דא און שטיץ. א דאנק. ►רוני◄ 11:39, 21 פֿעברואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

כאפ נישט קיין לאקשן, לאמיר אים מאכן קודם דא פאר א דירעקטאר, און דערנאך וועט מען גיין צום ביבלאטעק.--יודל 11:55, 21 פֿעברואַר 2006 (UTC)ענטפֿער
ביסט גערעכט, מען דארף אים פריער אריינעמען אין די ענינים. ►רוני◄ 12:05, 21 פֿעברואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

חברה, איך האב קיין אנונג נישט ווי מען באניצט זיך מיט די אלע אפציעס. איך ניטאמאל זיכער ווי צו ענטפערן דא...

מוסט נישט ענטפערן, באקאנט זיך מער מיט'ן וויקיפעדיע, און בקרוב וועסטו קאנטראלירן מער אין די ענינים. ►רוני◄ 15:43, 21 פֿעברואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

כ'האב קיין צייט נישט. דא און דארט שמעק איך אריין און פארריכט וואס קומט מיר אונטער דער האנט. יעדנפאלס, ס'איז מיר גוט ווי איך בין...

Welcome בן-עמי!

רעדאַקטירן

Dear בן-עמי!
You are now a sysop at װיקיפּעדיע.
All best wishes
Gangleri | Th | T 15:27, 22 פֿעברואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

מזל טוב

רעדאַקטירן

פון די הויכע פענסטער האט מען אנערקענט דיין נדבה און מען האט דיך געגעבן א כבודיגען טיטול, לאמיר דיר נאכאנמאל וואונטשן מזל ברכה און דאנקן פון טיפן הארץ פאר דיינע באטייליגן צו אונז דא.--יודל 15:28, 22 פֿעברואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

Many thanks - although I'm not sure about the term...

א דאנק דיר, יודל. איך פארשטיי נאר נישט גענוי וואס דער טיטל באדייט...

איך אויך נישט פונטקליך, אבער בעסיקלי איז דאס א מאכטפולער פאזיציע, וואס דו קענסט גרינגער און שנעלער מעקן זאכן, און אויך מיט איין קנעפל אויסשפארן וואנדאלן, און צוריקדרייען עדיטס פון אנדערע, פארשטייט זיך אז די אלע זאכן זענען מאכט און מאכט פארדארבט. אבער כבוד איז דאס זיכער אז וויקיפעדיע האט איינגעזעהן דיין גוטע מעשים, און דו פארדינסט עס. ילכו מחיל אל חיל,--יודל 15:51, 22 פֿעברואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

____

איך פארשטיי; א שיינעם דאנק דיר!

נוצ זיך מיטן באוועגן קנעפל

רעדאַקטירן

אויב דו זעהסט א רעכטונג צו בייטן דער נאמען פון א געוויסע ווערט (הויפט-קעפל) קענסטו איר נאטירלעך טוישן און באוועגן צום ריכטיגן ווארט. דאס באוועגן-קנעפל געפינט זיך גאנץ אויבן. ►רוני◄ 16:20, 22 פֿעברואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

גיב אפ דיין שטימע איבער סטאטיסטיקס

רעדאַקטירן

עס פלעגט אמאל זיין געהעריגע סאטטיסטיקס פון יידישן וויקיפידיע, וויפל און וואסערע באזוכער מיר האבן, סאיז ממש א שאד פארוואס מען האט דאס אראפגענומען, איך האלט אז דאס וועט געבן חיזוק פאר שרייבערס צו באטייליגן זיך זעהנדיג פונקטליך ווער און וויפל ליינען זייער הארוואניע, ביטע וואוט אין דעם פוקליק רעפערענדערום, אויפן געמיינדע בלאט, צו ממזאל דאס צוריקשטעלן. תזכו למצוות--יודל 12:40, 23 פֿעברואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

אויב יודל שרייבט סאטמאר און נישט סאטמער

רעדאַקטירן

איז מן הסתם ווייס ער בעסער, וויבאלד ער איז א סאטמער חסיד. רעד מיט אים וועגן דעם. ►רוני◄ 23:58, 23 פֿעברואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

דאס זעלבע איז אמת וועגן מיר - און איך האב שטענדיג געוואוסט אז איך בין א "סאטמאר" חסיד...

זייט מיר מוחל, איך האב נישט געוווסט פון דעם אז דו ביסט אויך א סאטמער חסיד, אבער אויב אזוי פארוואס בייטסטו פון סאטמאר צו סאטמער? ►רוני◄ 00:02, 24 פֿעברואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

אויב האב איך אזוי געטאן, איז עס געווען בטעות. זיי געזונט.

פון וואנעט האסטו אזוי א גוטע יידיש? ►רוני◄

רוני פארוואס גריבעלסטו פריוואט, ער וועט דאך אנטלויפן, עניוועיז איך בין מבטל דעתי פאר בן עמי און פאר אנדערע וואס שרייבן אידיש, איך קען נישט שרייבן קיין אידיש, סך הכל האב איך דאס גערעדט פון די צוויי יאר אלט, און לעצטענס האב איך פשוט צייט צו האקן אויפן קי-בארד, דאס מאכט מיך נאך נישט פאר קיין ידען אין שפראך און אין ספּעלינג, איך האב אין מיין לעבן זיך נישט אפגעגעבן מיט קיין מלאכת הכתיבה.--יודל 12:51, 24 פֿעברואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

א דאנק יודל פאר זיך אננעמען פאר מיר, אבער נישט נויטיג! ער מעג זיכער פרעגן. אויב רעדט זיך עס פון פריוואטער אינפארמאציע, וועל איך פשוט -- שווייגן!

עס איז נישט פריוואטע אינפארמאציע, ווארום יודל שרייבט דאס אין זיין באנוצער בלאט קוועטש אהער (יעצט זעה איך אז ער האט אויסגעמעקט זיין אינפארמאציע). ►רוני◄ 17:01, 24 פֿעברואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

רוני: קענסט מיר שיקן א בליצבריוול און דארט אנפרעגן אלעס. (אויב דו ביסט דער זעלביגער פון "פארום יידיש" אין "תפוז", קענסטו שיקן א "הודעה אישית" צו "יואלישל".

אהה דו ביסט דאס, זייער איינגענעם. ►רוני◄ 17:13, 24 פֿעברואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

געב אן אלטערנעטיוו, וויאזוי זאל מען רופן אהרונים וכו'

רעדאַקטירן

איך זעה דו האסט געוואוט קעגן אנרופן שטרעמנוגען מיט זייערע שפעט נעמען וואס איז אנגענומען געווארן, אבער וואס טוט מען ביי אוזערע אקזעמפולערן? וואס איז דער נאמען אן סלענג?--יודל 14:15, 28 פֿעברואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

אהרונים און זלונים וואלט איך ליבערשט געניצט אן אלטערנאטיוו ווי "ר"א חסידים", "רז"ל חסידים" אדער ענליך. יעדנפאלס וועט נישט זיין "עק וועלט" אויב די צוויי שטרעמונגען וועלן בלייבן "אהרונים/זלונים"; כ'מיין נאר אז ס'איז שענער אן דעם. -- בן-עמי.

ישר כח --יעקב 03:08, 17 מאַרץ 2006 (UTC)

הילף און פארעכטן די הילף בלעטער

רעדאַקטירן

עס טוט מיר וויי אז איך בין אזא חזיר, איך דארף מיך ווען נעמען טאנצען אין די גאסן פאר שמחה און גליק, אז דו פארעכסט די אנדערע בלעטער, און נישט איבערציען דעם שטריקל מיט בקשות, אבער היינט האבן מיר פארלוירן צוויי וועטעראן אידיש שרייבער, איינער איז אפילו א רעדאקטאר פון א צייטונג וואס האט געוואלט שרייבן וועגן זיין חסידות, אבער זיי האבן נישט געקענט דערגיין וויאזוי מען שרייבט, זיי האבן ווייניג צייט און זיי האבן פארברענט שעות צו פאשטיין וויאזוי מען שרייבט דא, און נישט מצליח געווען ביז זיי האבן אויפגעגעבן, תכלית מיר דארפן קריטיש הילף צו פארעכטן און מגיה זיין די הילף בלעטער ווייל אן דעם קענען מיר נישט וואקסן. א גרויסן דאנק און אנטשולידיגונג פארן באדערן. --יודל 20:34, 28 פֿעברואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

חזיר? קאם אן! איך וועל פרובירן צו מאכן צייט. --בן-עמי 20:41, 28 פֿעברואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

יודל, אז מען ווייזט אים א ביינדל, דארף ער אלעס. הער אויף רודפן דעם עולם מיט בקשות--יואל 20:47, 28 פֿעברואַר 2006 (UTC)ענטפֿער

סטאטיסטיקס קאונטער פעסווארד

רעדאַקטירן

קען איך דיר שיקן דעם פעסווארד אויף אימעל? איך האב צוגעלייגט א ציילער אונטן אויפן ערשטן זייט, די פשוטע נומבער פון וויזיטערס קען יעדער זעהן, אבער פון ווי מ'קומט, דארף מען א פעסווארד וואס נאר ווער סהאט צוטריט צום ערשטן בלאט אלס אדימיניסטראטאר, ווי דו קען האבן.

פארוואס נישט?

sent--יודל 16:23, 1 מאַרץ 2006 (UTC)

וואוהין האסטו עס געשיקט?

your email that you gave to wikipedia when signing up--יודל 16:52, 1 מאַרץ 2006 (UTC)

רי: די נאמען באנעט

רעדאַקטירן

לכבוד הרב בן עמי, ישר כח פאר אייער הילף, אבער אין די ספרים שטייט, בנעט

נישט באנעט

אזוי שטייט אין אלע ספרים למשפחת בנעט, עס איז א ר"ת איך געדנעקט נישט אויף די רגע, פונקטליך --יעקב 04:48, 2 מאַרץ 2006 (UTC)

ובכן - טעיתי. א דאנק פאר ברענגען צו מיין אויפמערקזאמקייט.--בן-עמי 18:06, 2 מאַרץ 2006 (UTC)

וויקינייעס

רעדאַקטירן

אזוי ווי נעכטן האבן צוויי באנוצער געמאלדן נייעס וואס זיי ווייסן און האבן נישט געקענט טרעפן קיין מקורות צו לינקן אהין, דעריבער האבן זיי פארוואנדלט וויקיפעדיע און א נייעס זייטל האב איך געצווינגן געווארן צו עפענען א עקסטער וועב סייט אוואו, פון היינט מאל אן מען זאל קענען מעלדן נייעס. וועלקאם צו : וויקינייעס ווען מען וועט עפענען וויקי-נייעס אין אידישן שפראך וועל איך יענטס צומאכן און אריבערפירן אהער דעם תוכן.--יודל 14:38, 7 מאַרץ 2006 (UTC)

ביטע שיקן צו מיר, אויב דו ווילסט, אין תיבה אישית דארטן דיין הייד פארק ניק און דו וועסט האבן דארטן רעכטן צו מעקן.--יודל 14:38, 7 מאַרץ 2006 (UTC)


please post your email address

רעדאַקטירן

on this page for users to complain on sysop abuse װיקיפּעדיע:פארבינדט זיך מיט אונז this will show transparency and will invite new contributors to write and not be afraid of sysop abuse

thanks --סאסמאן 13:06, 26 מאַרץ 2006 (UTC)

פויל דיך נישט צו טוישן.

רעדאַקטירן

איך וועל טוישן פון אלבערט צו אברהם אבער דאס אז דו האסט דאס נישט אליין געטאן מאכט מיך טראכן פארוואס נישט ?--נבוכדנצר 23:00, 27 באוגוסט 2006 (UTC)

פשוט: איך האב עס באמערקט אויף מער ווי איין פלאץ, און איך בין נישט באקאנט מיט די פרטים ווי מען זוכט דאס אלץ אפיר. האב איך געטראכט קודם מעורר צו זיין אויף להבא. -- --בן-עמי 02:02, 28 באוגוסט 2006 (UTC)

אין אלגעמיין אויב שרייבסטו א סבה פארן טוישן קענסטו דאס זיכער טאן. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 02:12, 28 באוגוסט 2006 (UTC)

דער צו די?

רעדאַקטירן

ביסט זיכער אז מען זאגט "די קריג" און נישט "דער קריג"? ►רוני◄ 19:16, 4 פעברואר 2007 (UTC)

אזוי ליגט מיר אין קאפ. דו ווייסט אנדערש? --בן-עמי 19:17, 4 פעברואר 2007 (UTC)

איך מיין אז ביידע איז ריכטיק. ►רוני◄ 19:26, 4 פעברואר 2007 (UTC)

איז עס מיין טעות. כ'האב נישט קיין מקור אויף "די" מער ווי ס'ליגט מיר אזוי אין קאפ. --בן-עמי 19:28, 4 פעברואר 2007 (UTC)

ביטע שטימען די נייע וואלן אין די קומענדיקע וואך

רעדאַקטירן

ליינט פריער אויס די געזעצן. שטימט דא. ►רוני◄ 21:25, 14 יוני 2007 (UTC)ענטפֿער

ביטע שטימען קעגן רוני ער וויל דא צווינגן די ייוו"א אידיש און אסרן אלע אנטי-ארוינישע און סעקס ארטיקלן. ער קען זיין פון דיין פארטיי אבער ראה הזהרתיך צענזור איז נישט גוט, ווייל מארגן קען מען דאס נוצן קעגן דיר אליין'ס. ביטע זיך איינהאלטן דעם רייץ צו מאכן דא רוני גרויס. ער איז שוין געווען דא א פירער און מען האט אים געבלאקט פון די פאונדאוציע אפיס, הגם ער איז שוין זיכער קליגער זאלט איר אבער וויסן אז ער איז א סכנה פאר פרייהייט פון אינפארמאציע. טוט וואס איר פארשטייט. און א גרויסן שכוח פארן זיך מיטיילן דא. מיר וועלן איבערלעבן אלע שוועריגקייטן אזוי ווי ביז איצט ווייל וויקיפעדיע האט איין ציל און עיקר וואס קיין איין וואנדאל קען נישט חרוב מאכן. מיר האבן ברוך ה' א כוח פון א רבים קעגן די פירער און דאס וועט אייביג אנהאלטן. כל טוב.--יודל 21:38, 14 יוני 2007 (UTC)ענטפֿער

ביטע שטימען פאר רוני

רעדאַקטירן

פון דיין ארבייט דא זעה איך אז דו וואלסט הנאה געהאט פון רוני ביטע געב אפ דיין שטימע פאר רוני. נישט קעגן נאר פאר אים. א גרויסן דאנק--יודל 13:25, 27 יוני 2007 (UTC)