אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "תורה עניטיים"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
נייע בלאט
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 22:51, 27 דעצעמבער 2021

תורה עניטיים (ענגליש: TorahAnytime) איז א וועבזייטל מיט רעקארדירונגען פון טויזנטער דרשות, אין עטליכע שפראכן, פון טויזנטער בעלי דרשנים פון ארום דער וועלט.

עס זענען דארטן פארהאן דרשות אין תורה, היסטאריע, הלכה, שלום בית, און פילע אנדערע וויכטיגע און אינטערעסאנטע טעמעס.

די דרשות ווערן געזאגט אין אידיש, ענגליש, העברעאיש, שפאניש און פראנצויזיש.

היסטאריע

אין יאר 2006 האבן צוויי ברידער פון קווינס, ניו יארק, שמעון און ראובן קאליקוב, פון דער בוכארישער קהילה, אינאיינעם מיט א איד, יוסף דעוויס, אנגעהויבן "תורה עניטיים" מיט דעם ציל צו געבן א געלעגנהייט פאר זייערע משפחה און פריינט צו הערן שיעורי תורה ווען אימער און ווען אימער זיי ווילן.

אין א קורצער צייט איז תורה עניטיים אויסגעשטיגן צו זיין די גרעסטע ווירטואלע תורה ביבליאטעק אין דער וועלט, מיט איבער 70,000 ווידעאוס פון איבער 1000 אנדערע רעדנערס און משפיעים.

ציפערן

היינט צוטאגס שטעלן זיי ארויף אויף דער וועבסייט איבער 350 שיעורים א וואך, און ערהאלטן איבער 300,000 באזיכער חודש'לעך, פון איבער 120 לענדער ארום דער וועלט.

עס ווערט געשאצט דורך די גרינדער אז מער פון 7,500,000 שעות ווערט געלערנט יערליך דורך תורה עניטיים – און דער נומער האלט אין איין שטייגן.

דרויסנדע וועבלינקען

דער וועבזייטל: https://www.torahanytime.com/#/