אונטערשייד צווישן ווערסיעס פון "חיים לאסקאוו"

אינהאַלט אויסגעמעקט אינהאַלט צוגעלייגט
געשאַפֿן בלאַט מיט ''''חיים לאסקאוו''' געבוירן אין יאר 1919 געשטארבן דעם 8טן דעצעמבער 1982, איז געווען א הוי...'
(קיין אונטערשייד)

רעוויזיע ביי 13:50, 21 יאַנואַר 2013

חיים לאסקאוו געבוירן אין יאר 1919 געשטארבן דעם 8טן דעצעמבער 1982, איז געווען א הויכראנגיקער גענעראל אין צה"ל און דער פיפטער שעף פון גענעראל שטאב, אויך האט ער געדינט אלס אפיציר, אין די בריטישע ארמיי, ביי די צווייטע וועלט מלחמה.

געבוירן צו אן ארעמע משפחה פון באריסאוו, בעלארוסיע. זיין טאטע האט געפירט א האלץ פאבריק אין רוסלאנד, וואס נאך די קאמוניסטישע רעוואלוציע, האט ער פארלוירן זיין פארמעגן, און געקומען קיין ארץ ישראל. זיי האבן געוווינט אין חיפה, און חיימס טאטע איז געווארן א בעל עגלה, ער האט געטראפן זיין טויט, ווען די וואגן האט זיך איבערגעדרייט.

חיים האט געלערנט אין א פרעסטיזשפולע גימנאזיע אין חיפה, און פון קינדווייז אן געארבעט אין פארשידענע פלעצער. אלס יוגענטליכער האט ער זיך אנגעשלאסן אין הגנה, און האט געדינט ווי א "לויפער" פאר יעקב דורי, ער איז געשטיגן אין ראנג, און אנגעפירט מיט אנדערע אקטיוויטעטן אין די הגנה.

ווען די צווייטע וועלט מלחמה האט אויסגעבראכן, האט לאסקאוו זיך אנגעשלאסן אין די בריטישע ארמיי, ער האט געדינט אין פארשידענע ערטער, ער איז געווען א קאמאנדיר פון א קאמפאניע (מיליטעריש) פון די יידישע בריגאדע, אין די ראנג פון א מאיאר. נאך די מלחמה איז לאסקאוו פארבליבן אין אייראפע, ווי ער האט געהאלפן אין די אומלעגאלע עליה, און אין נקמה אקטיוויטעטן.

אין 1947 שוין זייענדיג צוריק אין ארץ ישראל, האט ער זיך אפגעגעבן מיט רעארגאניזירן די הגנה. ווען די מלחמת השחרור האט אויסגעבראכן, האט ער אנגעפירט מיט טרענירונגען, און קאמאנדירט אויף די ערשטע אפיצירן קורס פון צה"ל, די קורס וועלכע איז ארויס צו די שלאכטפעלד איז געווען די 79סטע באטאליאן.

דורכאויס די מלחמה, האט לאסקאוו טיילגענומעמן אין פארשידענע קאמפן, אלס קאמאנדיר פון די ערשטע געפאנצערטע באטאליאן, האט זיין באטאליאן אטאקירט לאטראן, ווי זיי האבן געליטן א דורכפאל, די שטאט נצרת האט זיך אונטערגעגעבן פאר אים.

נאך די מלחמה האט ער געדינט אין פארשידענע פאזיציעס אין ארמיי, ער איז געווען קאמאנדיר פון די לופט קרעפטן, טראצדעם וואס ער איז קיין פילאט קיינמאל נישט געווען, אויך אלס קאמאנדיר פון די געפאנצערטע דעוויזיעס. און תיכף נאך די סיני מלחמה געווארן קאמאנדיר פון דרום פראנט, נאכדעם וואס דער פריעדיגע קאמאנדיר, איז אומגעקומען אין אן עראפלאן עקסידענט.

אין יאנואר 1958, איז לאסקאוו געווארן שעף פון גענעראל שטאב, איבערנעמענדיק משה דיין. אין 1960 האט לאסקאוו רעזיגנירט, נאכן האבן אסאך מיינונגס פארשידענהייטן, מיטן דעמאלסטדיקן וויצע זיכערהייטס מיניסטער שמעון פערעס.

נאכן פארלאזן די ארמיי, איז ער געווארן לייטער פון די פארט געזעלשאפט, אין זיין צייט איז געבויט געווארן די אשדוד פארט.

ער איז געשטארבן, דעם 8טן דעצעמבער 1982. אין זיין אנדענק ווערט גערופן די באזע פון אפיצירן קורס.


[[he:חיים לסקוב