צבי
טײַערער הױך־געשעצטער פרײַנט, ברוך בואך צו דער ייִדישער װיקיפּעדיע! די פֿרײַע און אָפֿענע ענציקלאָפּעדיע פֿאַר יעדן אײניק צו לײענען און שרײַבן.
שרײַבן: אױב איר װילט צולײגן אדער פארבעסערן אן ארטיקל, קען מען און עס איז ראטזאם דאס צו טון. דרוקט אויף "רעדאַקטירן" אויבן, (זעט באריכות: וויקיפעדיע:רעדאקטירן) און פאררעכט וויאזוי איר פארשטייט. בעפאר איר היט אויף אייער ענדערונג איז גוט צו דרוקן "פֿאראויסדיקער אויסקוק" אונטן, דערמיט צו פארזיכערן אז אייער ענדערונג שטייט גוט אינעם בלאט. ביטע ערקלערן די אייגנארטיגקייט פון דער ענדערונג אינעם "קורץ ווארט" קעסטל, אדער צולייגן איינצלהייטן אינעם "שמועס" בלאט..שמועס בלעטער: העכער יעדן בלאט ערשיינט די מעגליכקייט פון "שמועס", וואס ווען מען דרוקט דערויף קומט מען אן צום שמועס בלאט פונעם בלאט. דארט קען מען ארומרעדן מיט אנדערע וועגן דעם אינהאלט פונעם ארטיקל. צום שמועס בלאט קען מען צולייגן א פרישע נושא דורכן דרוקן אויף (+) וואס געפינט זיך העכערן בלאט.
אונטערשריפט: אין וויקיפעדיע שרייבט מען זיך נישט אונטער אין עצם ארטיקל, אבער מען שרייבט זיך יא אונטער נאך יעדער הערה אין דעם שמועס בלאט. כדי דאס צו טון זאל מען צולייגן פיר ~ שטרעכלעך צום סוף פונעם טעקסט וואס מען שרייבט, (אזוי: ~~~~), דאס וועט אויטאמאטיש איבערגעדרייט ווערן ביים אויפהיטן אלס אן אונטערשריפט וועלכע ענהאלט דיין נאמען, און א לינק צו דיין באניצער בלאט, און די פונטקליכע צייט און דאטום.
באניצער בלאט, און מעלדונגען: אלע איינגעשריבענע באניצער פארמאגן א "באניצער בלאט" און א "באניצער רעדן בלאט". דער באניצער בלאט וואס מען קען דערצו אנקומען דורכן דרוקן אויף דעם נאמען פונעם באנוצער, באדינט בדרך כלל דעם באנוצער כדי ארויסצושטעלן זיינע אייגענע איינצהייטן. אין דעם רעדן בלאט קען מען אים איבערלאזן מעלדונגען. דער באניצער וועט זען ווען ער האט א נייע מעלדונג וואס ער האט נאכנישט געליינט.
געדענק: מען טאר נישט אריינלייגן אין וויקיפעדיע קיין אינהאלט וואס איז קאפירעכט באשיצט אדער זיין איבערטייטשונג. סיי ארטיקלן און סיי בילדער- מען טאר נישט ארויפלייגן בילדער וואס מען טרעפט אויפן אינטערנעט, בלויז אויב מען האט בפירוש'ע רשות דאס אהערצוברענגען.
עס איז גוט איר זאלט אריינקוקן אין די הילף אַרטיקלען וואס ערקלערן די כללים פונעם שרייבן. פאר פראבעס זיך אויסצולערנען וויאזוי צו שרייבן און וויאזוי צו ענדערן פרובירט זיך שפילן אין זאמדקאסטן.
מיר קוקן ארויס אויף אייערע טיילונגען, און וואונטשן אייך הצלחה, מיט פיל דאנק פארן זיך אנשליסן אין אונזער בשותפות'דיגן פראיעקט.
מיט דאנק
פון אלע וויקיפעדיע באניצערס, לייענערס, און שרייבערס
ווארשאווער געטא
רעדאַקטירןא דאנק פאר אייערע שיינע ארטיקלען וועגן דער ווארשאווער געטא. אפשר קענט איר צולייגן א פאר מקורות צו די ארטיקלען?
צום באמערקן: ווען איר ווילט שרייבן גענדזן־פיסלעך " ,זייט אזוי גוט און קלאפט נישט אריין צוויי אפאסטאראפֿן '' ווײַל דאס מאכט דעם טעקסט שיף. --פוילישער 23:11, 9 מײַ 2009 (UTC)
Translation
רעדאַקטירןGreetings!Could I ask you to translate this article into Yiddish ?You may shorten it as possible to contain only the basic informations. If you want me to translate any article into Chinese,Cantonese,Wuu or Hakka,contact me without hesistation. Thank you very much! --Biŋhai 16:37, 16 מײַ 2009 (UTC)
אזוי ווי דער תוכן פונעם בלאט איז געווען נייעס, האב איך עס אריבערגעפירט צו פארטאל:אקטועלע געשעענישן/2009 מײַ 26 --פוילישער 18:12, 26 מײַ 2009 (UTC)
ווייטערפירן
רעדאַקטירןכדי צו שאפן א ווייטערפירן בלאט, קענט איר ניצן דאס קנעפל R# וואס געפינט זיך אינעם געצייג-פאס איבער דעם רעדאקטירן קעסטל. --פוילישער 21:02, 11 יוני 2009 (UTC)
ס'איזט נישט אינגאנצן קלאר וואס איז דער צוועק פון דעם בלאט. וועלכע אנדערע בלעטער וועלן פארבינדן מיט אים? אויב ס'איז דא אזא בלאט אויף אן אנדער וויקיפעדיע, זייט אזוי גוט און שרייבט אריין אן אינטערוויקי. --פוילישער 16:55, 18 יוני 2009 (UTC)
אויפן העברעישע וויקיפעדיע איז פארהאן א קעפל, אונטערן נאמען אישים במלחה"ע השנייה
קאטעגאריע
רעדאַקטירןאז מען וויל איינשליסן א בלאט אין א קאטעגאריע, שרייבט מען
[[קאטעגאריע:נאמען]]
אין קאנטיקע קלאמערן. זעט אויך וויקיפעדיע:קאטעגאריזאציע. --פוילישער 04:59, 19 יוני 2009 (UTC)
(::)האסט מיך נישט פארשטאנען, איך וויל אים זעלבסט מאכן פאר א קאטעגאריע באניצער:צבי
די קאטעגאריע בלאט האט איר שוין באשאפן. יעצט כדי איינשליסן די ביאגראפיעס אין דעם בלאט דארף מען זיי קאטעגאריזירן אזוי ווי איך האב געשריבן פריער. ס'איז נישט דא קיין אנדער וועג. איך וועל אנהייבן די ארבעט.
- איר שרייבט זיך אונטער מיטן חתימה קנעפל (דאס 10טער פון רעכטס אויבן) --פוילישער 14:39, 19 יוני 2009 (UTC)
אינטערוויקי
רעדאַקטירןזייט אזוי גוט, צבי, ווען איר פארטייטשט אן ארטיקל פון דער העברעישער וויקיפעדיע, שטעלט צו די אינטערוויקי ביים סוף פונעם ארטיקל. דאס וועט פארמיידן אסאך ארבעט פון אנדערע וואס דארפן גייען זוכן צי ס'איז דא אן ארטיקל אויף דער טעמע אין אן אנדער וויקיפעדיע. א גוטע וואך! --פוילישער 00:24, 21 יוני 2009 (UTC)
- איך בעט נאכאמאל, זייט אזוי גוט, ווען איר הייבט אן א נייעם ארטיקל, לייגט צו אן אינטערוויקי לינק צו אן ארטיקל אין אן אנדער וויקיפעדיע. --פוילישער 00:32, 5 יולי 2009 (UTC)
וואס מיינט "געשטאלפערט" ? --פוילישער 00:06, 5 יולי 2009 (UTC)
- שטאלפערן איז אויף העברעיש גמגום, רעדן נישט קלאר, אדער קעקעצן.--89.138.45.144 12:40, 9 יולי 2009 (UTC)
לשנה טובה!
רעדאַקטירןוואס מיינט גמגום אדער קעקעצען.... עה איך זשאוק נאר! דער עיקר איז זאלסט האבן א גוט זיס און געבענטשט יאר און ממשיך זיין מיט דיין עבודת הקודש דא אויפן אידישען וויקיפעדיע!--Chaim Shel 13:32, 18 סעפּטעמבער 2009 (UTC)
- א דאנק אייך חיים של, זאלסט האבן א זיס לעכטיג יאר, א כתיבה וחתימה טובה, אויב קומסטו אן, אין א ביהמ"ד צו דאווענען קענסטו בעטן פאר מיר אויך,--212.179.126.3 15:37, 20 סעפּטעמבער 2009 (UTC)
- נישט נאר איך בעט פאר דיר און טוה פאר דיר! דיינע ארטיקלען וואס דו עפענסט דא ווערן געלערנט פאראכטן געחזרט און אפגעהיטן ווי די שווארץ אפעל פון מיין אויג. מיר ליבען דיך און שעצן דיך בתכלית ההידור של היצור. א דאנק פאר דיין לעבן!--Chaim Shel 12:56, 21 סעפּטעמבער 2009 (UTC)
איך װיל אַ ביסל ענדערן דעם הױפּט־בלאַט
רעדאַקטירןאיך װיל אַ ביסל ענדערן דעם הױפּט־בלאַט איך האָב עס פֿאָרגעשלאָגן אינעם קאַװע־שטיבל קװעטש דאָ און גיב דײַן דעה. אַ דאַנק. ►רוני◄ 15:35, 12 דעצעמבער 2009 (UTC)
ארטיקלען פרעמיער מיניסטער פון ישראל און פרעזידענט פון ישראל
רעדאַקטירןצבי, איך האב אויסגעמעגט די צוויי ארטיקלען ווייל מען מאכט נישט קיין ווייטערפירונג פון ארטיקלען אין דעם הויפט נאמענטייל צו א קאטעגאריע. אבער ווען איר ווילט אנהייבן די ארטיקלען מיט אן אינהאלט, אדרבא! --פוילישער 22:27, 2 יאַנואַר 2010 (UTC)
ארטיקלען מיט קעפלעך אויף ענגליש
רעדאַקטירןמען איז נישט געוואוינט צו שאפן א קעפל אויף ענגליש (אויך נישט קיין ווייטערפירונג בלאט) נאר ווען דאס איז אן ענגלישער טערמין. --פוילישער 23:59, 6 פעברואר 2010 (UTC)
- איז אויב אזוי, זייט אזוי גוט, און טייטשט איבער קיין יידיש, לכתחילה האב איך געוואלט איבערטייטשן, נאר איך האב נישט געטראפן רעדאקטירן, האב איך עס ווייטער געפירט.--צבי 21:53, 9 פעברואר 2010 (UTC)
- כ'פארשטיי נישט, די ארטיקלען זענען שוין דא מיט קעפלעך אויף יידיש. --פוילישער 22:37, 9 פעברואר 2010 (UTC)
- איך האַלט אַז קעפּלעך מיט ניט אָרגינעלע איבערזעצונגען צו ייִדיש, דאַרפֿן האָבן אַ װײַטערפֿירן־בלאַט פֿון ענגליש אָדער העברעיש (לױטן שייכות) צו ייִדיש. ►רוני◄ 05:06, 10 פעברואר 2010 (UTC)
- למשל? --פוילישער 11:23, 10 פעברואר 2010 (UTC)
- לאמיר זאגן אויף די ערשטע וועלט מלחמה, אנשטאט געשריבן אין יידיש איז עס first world war , אד"ג. האב איך געוואלט טוישן פון ענגליש צו יידיש, ד"ה ערשטע וועלט מלחמה. נאר איך האב נישט געטראפן די פלאץ ווי איך קען עס טוישן.--צבי 11:59, 10 פעברואר 2010 (UTC)
- וואו איז עס געשריבן אויף ענגליש? --פוילישער 18:30, 10 פעברואר 2010 (UTC)
- גיי ארויף אויף די צווייטע וועלט מלחמה קעסטל, און אויף ישראל קעסטל, וועסטו זען מערערע קעפלעך אין ענגליש, וואס די ארטיקלען עקזיסטירן אין יידיש, אבער דער וואס האט אויפגעשטעלט די קעסטלעך, האט אסאך זאכן געשריבן אין ענגליש--צבי 19:35, 11 פעברואר 2010 (UTC)
- וואו איז עס געשריבן אויף ענגליש? --פוילישער 18:30, 10 פעברואר 2010 (UTC)
- לאמיר זאגן אויף די ערשטע וועלט מלחמה, אנשטאט געשריבן אין יידיש איז עס first world war , אד"ג. האב איך געוואלט טוישן פון ענגליש צו יידיש, ד"ה ערשטע וועלט מלחמה. נאר איך האב נישט געטראפן די פלאץ ווי איך קען עס טוישן.--צבי 11:59, 10 פעברואר 2010 (UTC)
- למשל? --פוילישער 11:23, 10 פעברואר 2010 (UTC)
- איך האַלט אַז קעפּלעך מיט ניט אָרגינעלע איבערזעצונגען צו ייִדיש, דאַרפֿן האָבן אַ װײַטערפֿירן־בלאַט פֿון ענגליש אָדער העברעיש (לױטן שייכות) צו ייִדיש. ►רוני◄ 05:06, 10 פעברואר 2010 (UTC)
- כ'פארשטיי נישט, די ארטיקלען זענען שוין דא מיט קעפלעך אויף יידיש. --פוילישער 22:37, 9 פעברואר 2010 (UTC)
א דאנק! יעצט זע איך. כ'וועל בל"נ פאררעכטן. --פוילישער 23:02, 11 פעברואר 2010 (UTC)
ארטיקל פלוגות השדה
רעדאַקטירןפֿון װאַנעט נעמט איר דאָס װאָרט "פעלד איינהייטן"? איך מײן אַז ס'דאַרף זײַן פֿעלד־ראָטעס. ►רוני◄ 13:25, 12 פעברואר 2010 (UTC)
- פלוגות איבערגעטיישט, איך האב אין מיין לעבן נישט געהערט דאס ווארט ראטעס, איך האב יעצט אריינגעקוקט אין א יידיש ווערטערבוך, און פאר פלוגה האב איך געפונען, איינהייט, קאמפאניע, גרופע.--צבי 13:47, 12 פעברואר 2010 (UTC)
- קען זײַן. איך האָב לײַדער ניט געדינט אין דער אַרמײ. אָבער אין פֿאָרװערטס האָב איך געזען אַמאָל ראָטע. זײַ געזונט. ►רוני◄ 13:55, 12 פעברואר 2010 (UTC)
- יעדע אפטיילונג פון אן ארמיי איז אן איינהייט (העברעיש "יחידה"). אבער א "פלוגה" רופט מען א קאמפאניע. --פוילישער 22:43, 13 פעברואר 2010 (UTC)
- איז װי אַזױ זאָגט מען "פלוגות השדה" אַף ייִדיש? ►רוני◄ 05:06, 14 פעברואר 2010 (UTC)
- פלוגות פון דעמאלט איז נישט געווען אין פארם פון א היינטיקע פלוגה, און די בעסטע סימן האט איר פלמ"ח, "פלוגות מחץ" עס האט געהאט עטליכע חטיבות, וואס אין העברעיש איז חטיבה בריגאדע, היינט אין ארמיי איז א חטיבה אמווייניגסטנס דריי פלוגות, אמאל האט עס נישט געמאכט קיין אונטערשידט, און עס האט געקענט זיין פארקערט אפילו.--צבי 14:18, 18 פעברואר 2010 (UTC)
- איז װי אַזױ זאָגט מען "פלוגות השדה" אַף ייִדיש? ►רוני◄ 05:06, 14 פעברואר 2010 (UTC)
- יעדע אפטיילונג פון אן ארמיי איז אן איינהייט (העברעיש "יחידה"). אבער א "פלוגה" רופט מען א קאמפאניע. --פוילישער 22:43, 13 פעברואר 2010 (UTC)
- קען זײַן. איך האָב לײַדער ניט געדינט אין דער אַרמײ. אָבער אין פֿאָרװערטס האָב איך געזען אַמאָל ראָטע. זײַ געזונט. ►רוני◄ 13:55, 12 פעברואר 2010 (UTC)
בילדער
רעדאַקטירןכדי ארויפלאדן א בילד אין וויקיפעדיע דארף דאס בילד זיין אויף דיין קאמפיוטער. פון דארטן קענסטו ארויפלאדן בילדער אין דער יידישער וויקיפעדיע. טאמער איר ווילט קאפירן א בילד פון אן אנדער וויקיפעדיע, דארפסטו פריער אראפלאדן דאס בילד אויף דיין קאמפיוטער.
א בילד וואס געפינט זיך אין קאמאנס שטעלט מען נישט אין דער וויקיפעדיע דא, ווייל מען קען ניצן דא אין ארטיקלען אלע בילדער פון קאמאנס. --פוילישער 23:41, 29 מײַ 2010 (UTC)
8000 ארטיקלען
רעדאַקטירןא דאנק פאר דיין ארבעט און פאר די אלע נייע ארטיקלען. א ספעציעלן ייש"כ פארן ארטיקל שפרעם וואס דו האסט אנגעהויבן—מיט דעם ארטיקל דערגרייכט די וויקיפעדיע 8000 ארטיקלען. --פוילישער 23:41, 30 אָקטאָבער 2010 (UTC)
באשער על אסאד
רעדאַקטירןא גוטע וואך! ייש"כ פארן שיינעם ארטיקל וועגן באשער על אסאד. אבער פארוואס שרייבסטו באשער און נישט באשאַר, אזוי ווי די אנדערע וויקיפעדיעס? --פוילישער 18:59, 26 נאוועמבער 2011 (UTC)
- א דאנק, קען זיין מען דארף טאקע אזוי שרייבן באשאר, איך האב עס געשריבן לויט ווי איך הער עס פון די אראבערס, זיי זאגן נישט מיט א פת"ח, אויך נישט פונקטליך מיט א סגו"ל, עפעס אינדערמיט מיט א שוו"א.
אז דו ההאלטסט ס'איז ריכטיקער אזוי באשאר, טו ווי דו פארשטייסט. א גוטע וואך און א גוטע חודש. (צבי 17:53, 29 נאוועמבער 2011 (UTC))
שאפן אן אויטאפאטראלירטער גרופע
רעדאַקטירןמען זוכט אייער דעה וועגן שאפן אן אויטאפאטראלירטער גרופע. א דאנק! --פוילישער 06:41, 7 יוני 2012 (UTC)
ברוך הבא!
רעדאַקטירןא שאד וואס איר האט אויפגעהערט שרייבן דא. איר האט אזויפיל וואס צוצולייגן צו דער וויקיפעדיע. אפשר קען איך העלפן מיטן נייעם אויסלייג? אדער נאך אן עצה, איר קענט אריינגיין אין "פרעפערענצן"; אין דעם טאב "אויסזען" קענט איר אויסקלויבן "מונובוק" (דעם אלטן אויסלייג). כל טוב! --פוילישער 19:08, 7 יוני 2012 (UTC)
--א דאנק איך האב געטוישט, און פון יעצט האף איך מער א טייל נעמען אין דאס אקטיווע שרייבן. --צבי (שיחה) 19:55, 7 יוני 2012 (UTC)
באלד 10,000 ארטיקלען — העלפט צו!
רעדאַקטירןדי יידיש וויקיפעדיע האלט אצינד גאנץ נאנט צו 10,000 ארטיקלען. זייט אזוי גוט און הייבט אן א פאר נייע ארטיקלען כדי מיר זאלן קענען אריבערגיין דעם שוועל. --פוילישער 23:45, 24 יאַנואַר 2013 (UTC)