אל-קאידע (אַראַביש: القاعدة, "אַלקאַאידאַ"; ענגליש: Al-Qaedaֹ) איז א סוני איסלאם גלאבאלע טעראר ארגאניזאציע וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אין 1988 דורך עבדאללה עזאם און געארבעט אונטער דער פירערשאפט און פינאנציעלער שטיצע פון דער סאודישער ארכי-טעראריסט אסאמא בין לאדען, פון 1989 ביז ער איז געהרגעט געווארן אין 2011 אין א געלוגענע אפעראציע פון די אמעריקאנער מיליטער.

צו על קאידע איז צוגעשריבען אסאך טעראר אטעקעס אויף לענדער איבער די וועלט די עיקר דערפון אין די פאראייניגטע שטאטן פון אמעריקע, די סעפטעמבער 11 אטאקעס אויף די צווילינג טורעמס און די פענטאגאן. זי ווערט פארעכנט פאר א טעראר ארגעניזאציע וואס איז קלוג אין אכזריות'דיג וואס שטעלט זיך נישט אפ פאר גארנישט זאל עס זיין אומשילדיגע פארבייגייער רעלגיזע פאלצער פון אנדרע רליגע'ס, אין טרצדעם לעבן זי איבער די פארביסנע קאמפן וואס אסך לענדער האבן אוסגערופן קעגן איר אסך לענדער אין שפיץ פון אמעריקע און אירע אליאירטע לענדער. אל קאידע איז אַקטיוו בעיקר אין די פאלגענדע פלעצער פון קאָנפליקט: אפגאניסטאן, פאקיסטאן, טשעטשניע, באסניע און הערצעגאווינע, איראק, סיריע, תימן, אלעזשיר, מאראקא, ליביע, מאלי, מאריטאניע, סאמאליע, טוניסיע און סודאן. אין לענדער ווי עגיפטן, סאודי אראביע, באכריין און יארדאניע ארבעטן די רעגירונגען קעגן די ארגאניזאציע און אירע נאכפאלגער. פון יוני 2011 איז עס אנגעפירט געווארן דורך דער עגיפטישער טעראריסט איימאן אל-זאוואהירי ביז זיין מארד אין יולי 2022.

אל קאידע אן ארגאניזאציע

רעדאַקטירן

זיי רופן זיך "די אלוועלטליכער איסלאמישער פראנט קעגן די קרייציגלער און אידן". ארגינאל האבן זיי געוואלט ווייטער גייען און פארברייטערן די גערילא קאמפן קעגן דער רוסישער אינוואזיע אין אפגאניסטאן פאר א אינטערנאצינאלער מוסולמענר גערילא, די אויפטו איז איינצושטעלן ראדיקאלע מסלומענר הערשאפט אויף אלע גלויבונגען, אויך אויף די נישט ראדיקלע מסלומענער דרוך מאכן א פארנט פון דזשיהאד קעגען די אידן און קרייציגלער, מיינדיג די קריסטלכע-מערב וועלט קולטר, איבער ווארפן די יעצטיגע סעקולרע רעזשימען, וואס ווערן באטראכט ווי פרייע און מערב וועלט געשטימט, און אוועק נעמען די איינפלוס פון די פרייע מערב וועלט און אירע שטיציע פאר סעקולרע מסלומענר רעגירונגען, אינטער צו גראבן די פאזציע און איינפלוס פון די פאראנייגטע שטאטן פון אמעריקע, און ארויף צוווינגען די מסלומענר רעליגיע אלץ די איינציגע רעליגיע און די וועלט, די עיקר גרונדשטיין פון אל קאידע איז ציזאמען געשטעלט מערסטענס פון מצרים און די מענטשען פון איימן א זוואהירי, די ארגאניזאציע ארבעט נישט אין א קלאר'ע היעריכיע דאס מיינט שטעלע'ס, נאר מער ווי א קונפדעריציע אל קאידע, ארגאניזאציע'ס וואס טראגען די זעלבע אידלאוגיה און טקטיקען פון די הויפט ארגאניזאציע, וואס בן לאדן האט געגעבן שטיצע און אונווזינגען ווי אזוי אויס צו פירען טעראריסטשע אקציע'ס. אל קאידע שטעלט צו הילף און שטיצע און אסך מיני וועגען פאר די טעראר ארגאניזאציע'ס וואס האלטען פון אלוועלטליכער דזשיהאד איבער דער גאנצער וועלט.

די טעראר אטקעס פון די ארגאניזאציע ווערן פארעכנט פאר קלוג אסטרטגיש און אכזריות'דיג. צום ביישפיל די 9/11 אטאקע'ס איז געווען נישט אסך מענטש'ן אין פרימטיבע וועגן גענומען אן ארעפלאן און עס געמאכט פאר א באמבע צו ניצן ווען און ווי זיי ווילען, ווי זיי האבן טאקע געטון און גאר וויכטיגע פלעצר און די פאראנייגטע שטאטן פון אמעריקע. די טעראר אטעקעס און מדריד שפאניע וואס איז אויס גערכענט געווארן אז עס זאל זיין פונקט פאר די וואלן און שפאניע, וואס האט געשטיצט די אמריקאנער קואליציה אין די צווייטע גאלף קריג, אין א קאמפיין פון אל קאידע אנטקעגען די 20 פון די 23 לענדער וואס האבן געשטיצט די צווייטע גאלף קריג מיט אמעריקע וואס האט געפירט צו דעם אז די סוציאלע פארטייען וואס האבן זיך אנטקעגען געשטעלט די שפאניע'ס מיליטערישע אנווזענהייט און די צווייטע גאלף קריג אין עיראק, האבן געוונען די וואלען און ארויסגענומון אירע מליטער פון די אמריקאנער קואליציה און די צווייטע גאלף קריג א זאך וואס אל קאידע זעט אין דעם א גרויסן דערגרייכונג און הצלחה.

איינער פון די עיקר אינטערסן פון אל קאידע איז צו מאכן פראבלעמען ציווישן אמעריקע און סאודי אראביע און מען קען דאס זען ביי דעם פאקט אז אסאמא בין לאדען האט פערזענליך אויסגעקליבען די טעראריסטען פאר די ספטעמבר 11 טעראר אטעקעס פון סודיע'ר אפשטאם וואס באמת איז די גרופע נישט געוון אויסגעשטעלט פאר דעם נאר דווקא געטוישט כדאי צו קענען אויפרעגן די אמריקאנער אויף די סאודי אראביע, פראפעסארן האלטן אז אל קאידע האט א אסטרטגישער כלל צו אריין שלפען די אמריקאנער רעגירונג אין מלחמו'ת אויף אראבישע באדן, כדי אויף צורעגן די ארביש'ע וועלט קעגען די אמריקאנער און פארשוואכערן זייער השפעה און די ארביש'ע לענדער און.

די פאראייניגטע שטאטן האט געהאט אפאר געלעגנהייטן צו באקומען בן לאדן אדער אומברענגען נאך פאר 9/11, אין דער צייט פרעזידענט קלינטאן איז געווען אין אמט, אבער פון די אלע געלגענהייט'ן זענען גאר נישט געווארן צוליב א סך סיבות ווי אויכעט לעגעלע אספעקטן, און פריווען צו וואטשען אויף אומשילדיגע בירגער.

סטראטעגיע

רעדאַקטירן

איר סטראטעגיע, און וועג פון ארבעט, ביז דער מלחמה אין אפגאניסטאן, וואס האט אראפ געווארפן די טאליבאן פון מאכט, זענען זיי בעיקר געווען אין אפגניסטאן, דארט'ן האט אל קאידע געהאט פארשידנע טרענירונג'ס קעמפס ווי מען האט זיך געלערנט ווי אויסצופירן טעראריסטשע אקציעס. בשעת און וועגן די מלחמה זענען הונדערטער אל קאידע מיטגלידער געהארגעט אין געפאנגען געווארן און אריינגעשליידערט געווארן אין די אמריקאנער ארמיי'ס באזע אין גוואנטאנמאו בעי קובא טרויריגע בארימטע מקסימום זיכערהייט'ס טורמע, און די איבריגע זענען אנטלאפען צו די שכנות'דיגע פאקיסטאן, יירן, עיראק, סיריע, און נאך לענדער. די אל קאידע טערנירונג'ס קעמפס איז אריבער געפירט געווארן צו סודאן ביז מען האט זיי אנדעקט. היינט צוטאג'ס איז די געוואגסטע אקציעס פון אל קאידע אין עיראק, וואס עס שווערצן זיך אריין טויזנטער אל קאידע מיטגלידער און דזשיהאד קעמפער און אל קאידע אפיליערטע. פון ווען די אמריקאנער אזויגעריפענער זיג אין עיראק, איז כמעט נישטא א וואך וואס איז נישטא טויטליכע טעראר אטאקעס.

נאך דעם וואס מען האט אויף געדעקט די טערקישער צעל אין למס' נומבער 2003 קען מען זיך אסאך לערנען ווי אזוי די צעלן אין די וועלט ארבעט'ן. א קליינע טעראר צעל שטעלט זיך צוזאמען און ווייזט גרייטקייט צו טעראר. זייערער פירער טרעפן זיך מיט אל קאידע הויפטן. אין און באקומען ראט אין אנווייזנגען ווי אזוי אויס צו קלייבען א פלאץ צו אטעקירען, און T.N.T פינציעלר הילף, און לכאורה אויך מוישטירונגען מיט אויפרייס מאטריאל, און ווי אזוי אויס צו פירען די אטקעס. אין נאך די לאקלע פירער גייען צריק אהיים און שטעלן עס אויס למעשה מיט פלענער אין אזוי ווייטער לויט ווי אזוי מען האט זיי אויס געלערנט אין די טעראר קעמפ. און טאמער זיי זענען נישט מצליח אזוי מען האט געפלאנט פון פארויס טרעפט מען א צווייטע פלאץ אזויווי די לאקאלע טעראריסטען פארשטייען. זעט מען אז עס איז דא א געוויסע פרייהייט פון די לאקאלע טעראר צעלן. ביי די אויבערדערמאנטער טערקישער צעל האט בין לאדין אונגעוויזען די באזע וואס דינט די אמריקאנער ארמיי אין טערקיי און ישרא-ל'שע שיפן אין די טערקישע האפן, האבן די טערקישער צעל אויסגעקליבן די בריטישע קאנסול אין די בית מדרש אין סטאמבול.

ווי אויכעט יאגן זיי זיך נישט זיי האבן אסך צייט און לייגען אריין אסך קאפ און פינקטעליכע אויסחשבענן, די עיקר עס זאל געלאנגען, פון ווען זיי הבען זיך גטראפען מיט בן לאדן אין זיין קאמאנדיר אויף די אטעקעס, אין 2001 ביז הערשט אין 2003 צווי יאר שפעטער, הבען זיי אויסגעפירט די טעראר אטעקעס, ווי אויך פראפירען זיי עס צו מאכן ווי צוזאמען מעגליך, אזוי די טעראר אטקעס, אין אמעריקא, לונדון עגלאנד, ברצלונה שפאניע, אין די סיני האלב אינזל מצרים, ביי די גרעניץ מיט ישרא-ל, און אויב נישט איז אזוי שנעל ווי מעגליך, אזוי די צויי טעראר אטקעס אין איסטנבול טערקיי, וואס אז געווען אפגעריגיט מיט פינף טעג, און די אטקעס וועלן זיין הויפט שטעט אדער גרויסע שטעט.

כמעט אלעמאל וועט זיין א געוויסע ציל נישט סתם הארגענן די מענטשן פון "פיינט". אזוי קען מען זען ביי די טעראר אטעקעס אין אמעריקע, אין גאר סענסטיווע אין חשוב'ע פלעצער, די הויך פונקט פון די אמריקאנר עקנאמיע די צווילינוג געביידעס, די מילטער הויפט קאווטיר די פענטאגן, אין די פלאן וואס איז אדארך געפאלן די ווייסע'ן הויז, איז כדאי צו שיקען א מעסדזש פאר די אמריקאנר אז זי איז נישט פאר זיכער'ט אזוי זי מיינט און זי וועט טייער באצלען פאר זיך אריין מישען אין די אראבישע וועלט . די טעראר טעראר אטעקעס אין איסטנבול איז צו ווארענן טערקיי זאל זיך נישט דענטערן צו די מערב וועלט און ביעקר אמעריקע און ישרא-ל. די טעראר טעראר אטעקעס אין סיני איז צו פטערייבען די מערב וועלט און ישרא-ל'ס טוריסטן און פאר מצרים אז זי וועט בעצאלן פאר איר מיט ארבעט מיט די "כופרים" די טעראר טעראר אטעקעס אין לונדון צי ווייזען אז זי וועט בעצאלן פאר איר מלחמה אין עיראק.

היינט צו טאג האט אל קאידע טעראר צעלן איבער פארשידנע פלעצער איבער דער וועלט, מערסטענ'ס פון מסלומענר בירגער אדער געווארנע מסלומענר. אל קאידע שטעלט צו פאר אירע טעראר צעלן פאלשע פאספארטן, וואס מיט דעם פארן זיי ווי זיי דארפן אויסצופירן די טעראר אטעקעס. געוויסע טעראר צעלן ארבעט'ן גלייך אויף צו פלאנירען און אויסצופירן טעראר אטעקעס. ווידעראמאל איז דא אנדרע טעראר צעלן וואס הייסען שלאפ'דיגע צעלן, וואס זיי הייסט מען אויסמישען ציווישען די באפלקרונג ביז די קומעדיגע באפעל. ווידער געוויסע צעלן בעיקר די שלאפ'דיגע צעלן טוען גאר שאפן געלט פאר די הויפט אל קאידע טעראר ארגאניזאציע,דרוך אויף שטעלען פקטיווע "וואוילטעטיגע" ארגאניזאציעס. און א סך מאל פאלען די רעגירונגען אריין אין די נעץ פון די וואס זאגן אז זיי געבען הומניטערשע הילף, אבער באמת געבן זיי איבער פאר ארגאניזאציעס טעראר צעווקן, אזוי די "וואוילטעטיגע" ארגאניזאציע די "מענטשליכע זארג" וואס איז אויפגעשטעלט געווארן אין 1980 אין אטאווא, קאנאדע, וואס האט געדארפט זיין א "וואוילטעטיגע" צדקה ארגאניזאציע, אבער באמת האבן זיי אריבער געפירט געלטער צו טעראר אקטיוויטעטן.

די אל קאידע טעראר ארגאניזאציע פארמאגן א סך קליינע און גרויסע שיפן, וואס מיט איר הילף איר'ע מענטשן און עקספלאסיווע מאטריאל קומען אן איבער דער וועלט. לויט מערב וועלט שפיאנאזש אגענטורן פארמאגן פון צעדליגער ביז הונדרטער שיפן אין אלע מיני סייזס. די וועג איז גענומען פון די טאמיל טייגער ראבעלן פון די אפריקאנר לענדער, ווי אויך פאר אן מעכטיגע פאנדריעזינוג אפראט, מיט אריבער פירען לעגלע ביזנס סחורות, מיט אימלעגלע געוור און דראגס, וויבאלד די וואסער איז נישט איטער א הערשאפט, קען זיי זיך ארומדרייען פרייערהייט אויף די וואסער און שווימען אינטער וועמען'ס פאן ס'לוינט זיך וואס טוישט זיך אין מיטען וועג אפאר מאל, דאס העלפט א סך די אל קאידע טעראריסט'ען צו קענען גייען און קומען פרייערהייט. וועגען די זאכן הערשט א גרויסן געפאר אז אל קאידע וועט זיך באניצען מיט שיפן צי אטעקירען אן אמריקאנער פארט (שטאט) מיט בילאגישע וואפן אדער א שמוציגע באמבע אדער גאר א שיפ אנגעפילט מיט אריזן סכום נארמלע אויפרייס מאטריאל השם ירחם.

אום 5טן יולי 2005 האט אל דשאזירא, די גרויסע אראבישע טעלוויזיע סטאנציע, אויף געשפילט א ווידעא פון איימן א זוואהרי וואס האט פארגעשלאגן א הודנה-די אראבישע וועג פון רליגזע פייער אפשטעל וויבאלד לויט די אראבישע רליגע טאר מען נישט שלום מאכן מיט א כופר- פאר די מערב וועלט בתנאי אז זיי זאלען אפ פיצען פון עיראק אפגאניסטאן און וואס ער רופט אן פלסטין (ארץ ישרא-ל). אין 18 אוגוסט 2005 האבן די סאודי אראביע'ס זיכערהייט'ס קרעפטן, מצליח געוון צי אומברעגנון די הויפט אל קאידע און סאודי אראביע עבד אל עזיז אל מוקרין, אין הויפט שטאט ריאד, צוזאמען מיט נאך דריי מענטשען, א פאר שעה נאך'ן אומבערגנון אן פארכפטער אמריקאנר אינזשעניר פאל דזשאנסאן וואס האט געארבעט אין די אמעריקאנער קאמפני לאקיהד מרטין א פירמע וואס געט זיך אפ מילעטרישע אינזשעניר'ג. דער אל קאידע טעראר צעל אין סאודי אראביע, איז געוון פאראנטווארטליך פאר א סך טעראר אקציעס, בעיקר קעגן פרעמדע אין אויסלאנדער, ווי אויפגעריסען א קאר אנגעפילט מיט אויפרייס מאטריאל דריי מאל, וואס האט גע'קאסט 56 מענטשען'ס לעבן רוב פרעמדע. אטעקעס אויף די גאז איינריכטונגען, אין חייבער, און ינבוע, וואס האט גע'הארגעט 28 מענטשען'ס לעבן. שיסערייען אויף א דייטשע בירגער, און אויף בי. בי. סי. פאטגרפירער, וואס איז גע'הארגעט אין א שרייבער איז פארוונודעט געווארן. די טעראר אקטיוועטעטן פון די סאודי אראביע צעל, איז קלאר געטון געווארן כדאי צו דערשרעקן און פארטרייבען נישט מסלומענר פון סודיע. אל קאידע טוען אויך דרוך פירען פאלטישער אטענטן, ווי אויף די נארטערן אלייענס פירער אחמד שאה מסעוד אין א אטענט דרוך אל קאידע טעראריסטען גלייך פאר סעפטעבר 11, די נארטערן אלייענס פון אפגניסטאן איז די סקולערע גרופע קעגן אל קאידע, די פריעדיגע פרעזידענט פון פאקיסטאן פברעז מושארף איז צוויי מאל גערטעוועט געווארן פון אטנטען פארזוכען דרוך אל קאידע. אין 19 אוקטאבער 2008 האט די בירטישע צייטוג סאנדיי אקפרס אויפגעדעקט, אז אל קאידע האט געסטראשעט אז זי וועט אינטערצינדען ריזגע וואלד פייערן, און רוסלאנד, אמעריקע, און אויסטראליע, אנצוזייען אן איבערקערניש און שעדיג'ן די טוריזם אינדוסטריע, אין אזוי ארום אויך די עקאנאמיע .

די פינגער אפדריקען פון אל קאידע ווי אזוי צו דער קענען אז אל קאידע האט עס געטוען פראפעסיניאל און פונקטלכע אונגרייטונג. יעדע טעראר אטעקע ווערט אנגעגרייט א לאנגע צייט למשל כדי צו קענען אויספירן די 9/11 אטאקעס האבן זיי זיך געלערנט פליען נשט קיין קליינע צייט.

פילצאליגע אטאקעס

רעדאַקטירן

זיי וועלן מאכן אסך טעראר אטאקע'ס אין די זעלבע צייט זיכער צומאכן אז מען ווייסט אז עס איז א טעראר אטאקע אין אנצוזיין פאניק און פאראורזאכן וואס מער פארוונדעט'ע.

טעראר אטאקעס אין וויכטיגע שטעט

רעדאַקטירן

רוב טעראר אטאקע'ס ווערן איסגעפירט און חשובע שטעט ווי למשל הויפט שטעט אין די צווייט גרעסטע שטעט אין חשיבת אדער פינאנציעלר דיסטריקט טעראר אטאקע'ס און צענטרעלע שטעט איז די מארלישע קלאפ עקסטרעם שטארק ווי אויך די פאפלסיטי אין די מידיע איז דעמאלטס גאר גרויס.

זעלבסטמארד אטאקעס

רעדאַקטירן

און רוב פעלער צי מיט א אַעראָפּלאַן צי מיט קאר'ס צי מיט שיפן צי אפילו מיט מענטשן זענען די מענטשען טערנירט צו זעלבסמארד אפילו מען דארף זיי נישט האבן און עס איז מעגליך צי אקטיוויזרען די אויפרייס מאטריאל דורך א זייגער אדער דורך קאמונעקאציע סיגנאלן א חוץ פון די עצם ווילען פון אויספירן א ווילן זיי אנזייען א פאניק אז זיי זענען פאנטישע חברה אין זיי מיינען עס ערנסט אפילו צו שטארבן פאר דעם ווי אויך מאכן זיי א טאקטישע חשבון צי קאמפלאשיזרן די ארגאניזאציע די טעראריסט'ן וועלן און יעדנפאלס געכאפט ווערן און מיט דעם וואס ווערן געהארגט איז זייער שווער צו נאכגייען די טעראריסט'ן.

נישט נעמן אחריות אויף אטעקעס

רעדאַקטירן

און רוב טעראר אטעקס וועלן זיי נישט נעמן אחריות אנצוזייען פאניק און ספקות און וועגן דעם די טעראר אטעקס און שפאניע האבן די שפינאזש אגנטורן חושד געוון אז עס רעדט זיך פון א צווייטע טעראר ארגאניזאציע.

ארגאניזאציעס וואס געהערן צו אל קאידע

רעדאַקטירן

אל קאידע איז אפציעל געווארן א שירעם ארגאניזאציע אין 1988 דרוך די גרינדער אין פירער, אסאמא בין לאדען, וואס האט צוזמען געשטלט די פרינציפען און צילען פון די טעראר ארגאניזאציע. אויף דעם האבן געחתמט די מיצרשע פירער פון די "דזשיהאד אסלאמי" וואס זענען אריין אין אל קאידע און שפיץ פון זייער פירער איימן אל זוואהירי, וואס איז דערוועלט געווארן נאך דער טויט פון אסאמא בין לאדען. דורך די יארן האבן נאך צענלדיגער איסלמישער טעראר ארגאניזאציעס זיך אנגעשלאסן מיט אל קאידע און די מיטעל מזרח די מצרישער דזשיהאד אסלאמי, זייער געווזענע פירער איימן אל זוואהירי היינט פירער פון אל קאידע. די עבדאללה עזאם גרופעס זיי זענען אקטיוו אין סוריה, מצרים.

אַל־קײַדאַ איז א טעראר אליאנס מיליטאנטישע טעראר גרופע געגרינדעט דורך אזאם און אפגהאנע אראבער וואס זענען פארשפרייט צו צוזייט איבער דער גארער וועלט פון מוסולמענער וואס האלטן אז אמעריקע איז דער שטן און די רעליגיע פארפליכטעט זיי צו באקעמפן. שפעטער איז אסאמא בין לאדען געווארן דער פירער פון דער ארגאניזאציע. זיי אטאקירן ציווילע און מיליטערישע צילן.

דער זיכערהייט ראט פון די פאראייניקטע פעלקער האבן געמאלדן אז אל-קאידא איז א טעראר ארגאניזאציע.