רבי אלעזר בן יהודה איש ברתותא
(אַריבערגעפֿירט פון אלעזר בן יהודה איש ברתותא)
רבי אלעזר בן יהודה איש ברתותא, איז געווען א תנא, וואס ווערט דערמאנט פינף מאל אין משניות.
זיין צייט
רעדאַקטירןרבי אלעזר בן יהודה איש ברתותא איז געווען פון דריטן דור תנאים, ער איז געווען א תלמיד פון רבי יהושע בן חנניה, און א חבר פון רבי עקיבא.[1]
איבער אים
רעדאַקטירןרבי אלעזר בן יהודה איש ברתותא האט פארטיילט אויף צדקה אלס וואס ער האט געהאט, די גבאי צדקה פלעגן זיך דערפאר באהאלטן פון אים. [2]
אין משניות
רעדאַקטירן- מסכת ערלה פרק א' משנה ד', ”רבן גמליאל אומר משום רבי אלעזר בן יהודה איש ברתותא, כמחט של מתון”
- מסכת אבות פרק ג' משנה ז', ”רבי אלעזר איש ברתותא אומר, תן לו משלו, שאתה ושלך שלו וכו'”
- אין שנויי נוסחאות ווערט געברענגט פון פארשידענע כ"י רבי אלעזר בן יהודה איש ברתותא
- מסכת זבים פרק א' משנה א', ”אמר רבי אלעזר בן יהודה, מודים בית שמאי בזה וכו'” (תוספתא)
- פון תוספתא זבים ווייזט אויס אז דאס איז רבי אלעזר בן יהודה איש ברתותא
- מסכת טבול יום פרק ג' משנה ד', ”עסה שהכשרה וכו', רבי אלעזר בן יהודה איש ברתותא אומר משום רבי יהושע, פסל את כולה, רבי עקיבא אומר משמו וכו'”
- מסכת טבול יום פרק ג' משנה ה', ”ירק של חלין וכו'רבי אלעזר בן יהודה איש ברתותא אומר משום רבי יהושע, פסל כלו, רבי עקיבא אומר משמו וכו'”