רבי אלימלך ווייסבלום (ה'תקע"ז - י"ט טבת ה'תר"ט) איז געווען רבי אין רודניק, מערב גאליציע. ער איז געווען באוואוסט פאר א פועל ישועות פאר די וואס האבן נישט געהאט קיין קינדער.

רבי אלימלך רודניקער איז געבוירן תקע"ז צו זיין פאטער הרב מנחם יששכר מענדל בער ווייסבלום פון פשעווארסק, א זון פון הרב אלעזר ווייסבלום, א זון פונעם נועם אלימלך. אין זיינע יונגע יארן האט ער זוכה געווען צו זיין ביי רבי מענדעלע פון רימאנאוו און ביים חוזה פון לובלין. שפעטער איז ער געפארן צו רבי נפתלי פון ראפשיץ. ער איז געווען שטארק בידידות מיטן צאנזער רב.

רעביסטעווע

רעדאַקטירן

רבי אלימלך איז געווארן רבי אין רודניק נאך דער פטירה פונעם ראפשיצער רב. שפעטער האט ער זיך געצויגן קיין לאנצהוט, וואו ער האט באקומען א נאמען ווי א פועל ישועות פאר די וואס האבן נישט געהאט קיין קינדער. זיינע תורות זענען געדרוקט אין "דבש השדה".‏[1]

א ייד וואס איז געווען רבי אלימלכ'ס שכן אין רודניק האט געהערט וואס צדיקים בארימען אים אז ער האט גילוי אליהו. האט דער ייד געפרעגט רבי אלימלך צי ער האט טאקע גילוי אליהו. האט רבי אלימלך זיך אויפגערעגט און געזאגט: "אזוי זאלסטו לעבן אוו געזונט זיין ווי דאס איז אמת". איז מען שפעטער געוואויר געווארן אז נישט נאר וואס דאס איז טאקע אמת געווען, נאר אפילו וואס ער האט אויסגערעדט ווען ער איז געווען אויפגערעגט ווערט מקויים, ווייל יענער ייד האט געלעבט איבער הונדערט יאר און האט קיינמאל נישט געליטן פון קיין קראנקיייט.

רבי אלימלך איז נפטר געווארן י"ט טבת תר"ט ביי דער עלטער פון 32 אין סאקאלאוו, און ער ליגט דארטן אין אלטן בית עולם. זיין ממלא מקום איז געווען זיין זון רבי אלעזר ווייסבלום פון ריישע.

רבי מיילעך רודניקער האט געהייראט די טאכטער פונעם גביר רבי איציקל רודניקער. זיי האבן געהאט איין זון.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • י"ג אורות (צווייטער טייל, עמ' ק"א) - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  1. יצחק אלפסי, החסידות מדור לדור,עמ' 146, ירושלים תשנ"ה