אלאדין (1992 פילם)
אַלאַדין Aladdin | |
רעזשיסאר | ראָן קלעמענטס דזשאָן מאַסקער |
פראדוצירער | ראָן קלעמענטס דזשאָן מאַסקער |
שטימע אקטיארן | סקאָט וויינגער דזשאָנאַטאַן פֿרימאַן ראָבין וויליאַמס לינדאַ לאַרקין פֿרענק וועלקער גילבערט גאָטפֿריד דאַגלעס סיל |
מוזיק | אַלאַן מענקען האַרי גרעגסאָן-וויליאַמס |
רעדאקטירונג | מאַרק א. העסטער ה. לי פּיטערסאָן |
סטודיא | וואָלט דיזני פֿילמען וואָלט דיזני אַנימאַציע סטודיאָס |
פארשפרייטער | בוענאַ וויסטאַ פֿילמען |
פארשפרייט | 25סטן נאָוועמבער 1992 |
לענג | 90 מינוטן |
לאנד | פאראייניקטע שטאטן |
שפראך | ענגליש |
בודזשעט | $28 מיליאָן |
הכנסות | $504 מיליאָן |
אַלאַדין (ענגליש: Aladdin) איז אן אמעריקאנישער אנימירטער פאנטאזיע מוזיקפילם וואס איז פראדוצירט געווארן דורך וואלט דיזני אנימאציע סטודיאס און באפרייט געווארן דורך וואלט דיזני פילמען. "אַלאַדין" איז דער 31סטער פֿולער-לענג דיזני אַנימירטער פֿילם, און איז געווען א טייל פֿון די עפאכע וואס מען רופן דער דיזני רענעסאנס. דער פילם איז רעזשיסירט געווארן דורך דזשאָן מאַסקער און ראָן קלעמענטס. ער איז באזירט אויף אן אראבישער מעשה מיטן זעלבן נאמען פֿון "טויזנט און איין נעכט". די שטימע אקטיארן זענען סקאָט וויינגער, דזשאָנאַטאַן פֿרימאַן, ראָבין וויליאַמס, לינדאַ לאַרקין, פֿרענק וועלקער, גילבערט גאָטפֿריד און דאַגלעס סיל.
"אַלאַדין" איז באפרייט געווארן דעם 25סטן נאוועמבער 1992. ער האט באקומען גוטע באריכטן און איז געווען דער מערסט געראטענער פֿילם פֿון 1992, מיט הכנסות העכער $217 מיליאן אין די פאראייניקטע שטאטן און העכער $504 מיליאן וועלטווייט. אויך האט ער געוואונען א סך פריזן, די רוב וועלכע פֿאר זיינע מוזיק און לידער. די הצלחה פֿון "אַלאַדין" האט געשאפֿן אנדערע פראדוקטן באזירט אויפֿן פֿילם, ווי צוויי דירעקט-צו-ווידעא המשך-פילמען ("דער צוריקקער פֿון דזשאַפֿאַר" און "אַלאַדין און דער קעניג פֿון גנבֿים"), אן אנימירטע טעלעוויזיע סעריע, שפּילכלעך, ווידעאָ שפּילן, ספּין-אָף מעדיע און דיזני אַרטיקלען. דער פֿילם איז אַדאַפּטירט געווארן צו בראָדוויי אין 2014, און שפּעטער אַ פֿילמירטע ווערסיע אין 2019.
געשיכטע
רעדאַקטירןאין דער שטאָט אַגראַבאַ, וויל דער סולטאַן אז זיין טאָכטער, פּרינצעסין יאַסמין, זאל הייַראַטן אַ פּרינץ, אבער יאַסמין וואַרפֿט אַוועק אלע די קאַװאַלירן און פֿאַרלאָזט דעם פּאַלאַץ אויף דערווייַל. אין דעם באַזאַר טרעפט זי מיט א "גאַסן ראַץ" מיטן נאמען אַלאַדין.
דזשאַפֿאַר, דעם סולטאַנ'ס וואַזיר, געפינט אז אַלאַדין איז דער איינציקער פערזאן וואס קען גיין אריין אין דער הייל פֿון וואונדער און געפינען א מאַגישן לאָמפּ. דזשאַפֿאַר קאָמאַנדירט אים צו גרייַכן דעם לאָמפּ. אַלאַדין גייט אריין מיט זיין מאַלפּע, אַבו, און זיי טרעפן מיט א מאַגישער טעפּעך און נעמען דעם לאָמפּ. אַבו נעמט א פארבאטענעם אוצר אָן אַ כּוונה, און דער הייל צעשטערט זיך אין כעס. נאָך ער בלייבט לעבן רייבט אַלאַדין דעם לאָמפּ און טרעפט מיט דעם דזשין, וואס רעאַליזירט דריי וואונטשן פֿאר אים. אַלאַדין נוצט דעם ערשטן וואונטש צו מאַסקירן זיך ווי א פּרינץ. ער גייט צוריק צו דער שטאט און טרעפט דעם סולטאַן און דזשאַפֿאַר. ווען יאַסמין אַנטדעקט אַלאַדינ'ס אידענטיטעט, באַשטימט דער סולטאַן צו קרײנען אים. דזשאַפֿאַר גנב'עט דעם לאָמפּ פֿון אַלאַדין און נוצט זיין ערשטן וואונטש צו ווערן דער נייער סולטאַן. נאָכדעם וואס ער צעטרייַבט אַלאַדין אוועק פֿון דער שטאט, פּלאַנירט ער צו נוצן די לעצטע צוויי וואונטשן צו הייַראַטן יאַסמין. אַלאַדין פֿאַרלאָזט דעם באַרג, גייט צוריק צו דעם פּאַלאַץ און קאָנפֿראָנטירט דזשאַפֿאַר. אַלאַדין צורעדט אים צו מאכן זיין דריטער וואונטש, וואס מאַכט דזשאַפֿאַר אַ דזשין. אַלאַדין נוצט דעם שלעכטן לאָמפּ צו כאַפּן דזשאַפֿאַר אריין.
נאָך דער פּאַלאַץ איז ווידער נאָרמאַל, דעם דזשין נעמט דעם לאָמפּ צום מדבר, און דער סולטאַן דערלויבט אַלאַדין און יאַסמין צו פּלאַנירן זייערע חתונה. אַלאַדין נוצט זיין דריטן וואונטש צו באַפֿרײַען דעם דזשין, וואס פֿאַרלאָזט צו שפּאַצירן ארום דער וועלט.
שטימע אקטיארן
רעדאַקטירן- סקאָט וויינגער אַלס אַלאַדין (געזאַנג שטימע: ברעד קיין)
- ראָבין וויליאַמס אַלס דער דזשין און דער הענדלער
- דזשאָנאַטאַן פֿרימאַן אַלס דזשאַפֿאַר
- לינדאַ לאַרקין אַלס פּרינצעסין יאַסמין (געזאַנג שטימע: לעאַ סאַלאָנגאַ)
- פֿרענק וועלקער אַלס אַבו דער מאַלפּע, ראַדזשאַ דער טיגער און דער הייל פֿון וואונדער
- גילבערט גאָטפֿריד אַלס יאַגאָ דער פּאַפּוגייַ
- דאַגלעס סיל אַלס דער סולטאַן
- דזשים קאַמינגס אַלס ראַזול
- ברוס אַדלער אַלס דער הענדלער (געזאַנג שטימע)
- טשאַרלי אַדלער אַלס גאַזים
לידער
רעדאַקטירן- "אַראַבישע נעכט"
- "איין שפּרונג איידער"
- "אַ פֿרייַנד ווי מיר"
- "פּרינץ אַלי"
- "אַ גאַנצע נייַע וועלט"
- "פּרינץ אַלי" (דזשאַפֿאַר'ס ווערסיע)
וועבלינקען
רעדאַקטירן- אפיציעלער וועבזייטל (אויף ענגליש)
- "אַלאַדין" ביי דער אינטערנעץ פילם דאטעבאזע (אויף ענגליש)