הרב איסר יהודה אונטערמאן (י"ד ניסן ה'תרמ"ו - כ"ד שבט ה'תשל"ו) איז געווען דער אשכנזישער הויפט רב פון ישראל פון תשכ"ד ביז תשל"ב.

איסר יהודה אונטערמאן
געבורט 19 אפריל 1886
בריסק, רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 26 יאנואר 1976 (אלט 89)
ירושלים, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישע בית עולם פון הר הזיתים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל, רוסלענדישע אימפעריע, סאוועטן פארבאנד רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
תלמידים פינחס קהתי רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער
הרב איסר יהודה אונטערמאן, תש"ט

לעבנסגעשיכטע

רעדאַקטירן

איסר יהודה אונטערמאן איז געבוירן אין בריסק (היינט אין בעלארוס) צו זיין פאטער ר' אליהו און זיין מוטער שיינא.

ער האט געלערנט ביים בריסקער דיין, רבי שמחה זעליג ריגער, און ביי די צוועלף יאר איז ער געגאנגען לערנען מיט דער ערשטער חבורה וואס האבן געלערנט אין דער ענף עץ חיים ישיבה אין מאלטש אונטער רבי זלמן סענדער כהנא שפירא, און שפעטער אונטער רבי שמעון שקאפ. נאך זיין חתונה מיט רחל לאה יעלין האט ער געלערנט אין דעם כולל פון דער וואלאזשינער ישיבה, וואו ער האט באקומען היתר הוראה פון רבי רפאל שפירא און פון רבי שמחה זעליג ריגער], דעם בריסקער דיין. דערנאך האט ער אליין געעפנט א ישיבה אין ווישנעווע (נישט ווייט פון וואלאזשין) אין יאר תר"ע.

ער איז נפטר געווארן אין תשל"וֹ און באערדיגט אין הר הזיתים.

אין תרפ"ד איז ער באשטימט געווארן רב פון ליווערפול, ענגלאנד, וואו ער האט געדינט אין דעם אמט 22 יאר. אין תש"ו איז ער געווארן דער דריטער הויפט רב פון תל אביב, ביז תשכ"ו, ווען ער איז באשטימט געווארן הויפט רב פון ישראל.

זיינע תורות זענען געדרוקט אין דעם ספר "שבט מיהודה".‏[1]

וועבלינקען

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. שבט מיהודה, ירושלים, תשט״ו, ביי HebrewBooks


פֿריערדיגער:
יצחק אייזיק הלוי הערצאג
אשכנזישער הויפט רב פון ישראל
1964–1972
"שבט מיהודה"
נאָכפֿאלגער:
שלמה גורן