אינטערנאציאנאלע קאסמאס סטאנציע

די אינטערנאציאנאלע קאסמאס סטאנציע (ענגליש: International Space Station; אין קורצן: ISS) איז די גרעסטע מענטשליך געבויטע סאטעליט וועלכע שוועבט אין קאסמאס און איז א פראיעקט צווישן א רייע מאדערניזירטע לענדער אין שפיץ פון אמעריקע און רוסלאנד.

די סטאנציע איז באוואוינט כסדר זייט דעם 2טן נאוועמבער 2000.

היסטאריע

רעדאַקטירן

די אינטערנאציאנאלע קאסמאס סטאנציע האט זיך אנגעהויבן אויפ'ן פארלאנג פון פרעזידענט ראנאלד רייגען אין 1984. רעיגן האט איינגעלאדענט 14 לענדער צו ווערן א טייל פון די אינטערנאציאנאלע קאסמאס סטאנציע מיט'ן תנאי אז יעדער וועט צוהעלפן דאס צו בויען. די לענדער זענען געווען: קאנאדע, יאפאן, בראזיל, און די אייראפעאישע קאסמאס קאמיסיע וועלכע אנטהאלט די לענדער בריטאניע, פראנקרייך, דייטשלאנד, בעלגיע, איטאליע, די נידערלאנדן, דענמארק, נארוועגן, שפאניע, שווייץ, און שוועדן.

ווען דער סאוויעט פאראיין איז צוזאמענגעפאלן איז רוסלאנד איינגעלאדענט געווארן צו ווערן א הויפט טייל פון די אינטערנאציאנאלע קאסמאס סטאנציע.

אמעריקע און רוסלאנד זענען געווען די הויפט בויערס פון די סטאנציע און די אנדערע לענדער בויען קליינע טיילן דערפון. די קאסמאס סטאנציע איז נאך אלץ נישט פארטיג אבער עס האלט שוין נענטער ווי ווייטער. די קאסמאס סטאנציע, ווען פארענדיגט, וועט זיין 290 פיס לאנג, 356 פיס ברייט, 143 פיס הויך און וועט וועגן א מיליאן פונט. אלעס אינאיינעם וועט די קאסמאס סטאנציע האבן די פלאץ וואו צוויי 747 דזשאמבא דזשעט פליגערס.

די קאסמאס סטאנציע פליט שוין ארום דער ערד זינט 1998. די אינטערנאציאנאלע קאסמאס סטאנציע פליט אויף א הויכקייט פון בערך 250 מייל העכער דעם עקוואטאר.

די ארבעט פון בויען די סטאנציע האט גענומען 44 קאסמאס מיסיעס, מיט א סך הכל פון 1,950 ארבעט שעות דורך אסטראנאטן ביז עס וועט פארטיג ווערן אין 2000. ביז 2010 האט דער פראיעקט אפגעקאסט 150 ביליאן דאלאר.

פונקציעס

רעדאַקטירן

די אינטערנאציאנאלע קאסמאס סטאנציע וועט בעיקר גענוצט ווערן אלס א פלאץ וואו אסטראנטאן וועלן קענען וואוינען פאר א לענגערע צייט צו שטודירן וויסנשאפטלעכע זאכן וועלכע וואלט געדויערט פיל לענגער צו טאן אונטן אויף דער ערד. וואס נאך מען וועט טאן מיט די קאסמאס סטאנציע איז דערווייל אומבאקאנט. טייל מענטשן רעדן פון קאסמאס טוריזם אבער דערווייל האלט מען נאך ווייט דערפון.