אימפרעסאריא (בוך)
אימפּרעסאַריאָ איז א דינע זכרונות בוך אנגעשריבן איו יודיש פון הערי דעל (אהרן דעלאטיצקי) פון זיינע מעמוארן אלס אימפרעסאריא ביי יודן אין ניו יארק.
עס איז ערשינען אין יאר ה'תשכ"ז אין ניו יארק מיט א קורצן אריינפיר-ווארט פון משה שטארקמאן.
אינהאלט
רעדאַקטירןדער בוך איז צעטיילט אין צוויי טיילן: אין די ערשטע שרייבט ער זיין לעבנס איבערלעבונגען אנגעפאנגען פון זיין קינדהייט אין שטעטל מיקאלייעווע, ווילנער גובערניע, און דערנאך זיין פאמיליע'ס אריבערציען קיין אמעריקע. וואו ער האט צוליב זיין גרויס אינטערעסע אין יודישער קונסט און מוזיק אנגעפאנגען מיט זיינע חלומות צו וועהרן אן אימפרעסאריא אין זיין געגנט פון בראָנזוויל און מזרח ניו יארק.
ער דערציילט ווי ער האט אנגעהויבן מיטן חזן מרדכי הערשמאן, אבער עס איז געווען א דורכפאל ווען ער האט צוריקגעצויגן די לעצטע מינוט. אבער ער האט דערנאך געהאט גרויס דערפאלג מיטן בארימטן חזן יאסעלע ראזנבלאט, און דאן מיט אנדערע גרויסע וועלט-בארימטע קונסטלער ווי: פיאָדאָר איוואַנאָוויטש שאַליאַפּין, אפרים צימבאליסט, ראָזאַ ראָאיסא (רייזעלע פון ביאליסטאק) און דזשארדזש דזשעסל. ווי אויך דערציילט ער ווי ער האט זיך געטראפן מיט עדי קאנטאר און על דזשאלסאן.
ווייטער דערציילט ער זיינע שוועריגקייטן ביים ארויסגעבן זיין יערליכן טעאטער און קונסט זשורנאל. און ווי ביים צווייטן אויסגאבע האט א קריטיקער אנגעשריבן אן אומפריינדליך ארטיקל און ער איז דעריבער געווען געצוואונגען צו גיין פּעדלען איבער די סטעיטס מיט קראוואטן און שניפסן.
שפעטער האט ער מיט די הילף פון זיין איידעם דזשאו ראזאליס געעפנט א געשעפט מיטן נאמען טאַי סיטי אויף בראדוועי און 47 סטריט. און נאך דער גרויסער הצלחה האט ער געעפנט נאך עטלעכע אפטיילונגען ביז ער איז שוין געווען אן עושר און ער האט געקענט צוריק אנהויבן זיין קאריערע אלס אימפרעסאריא.
אינעם צווייטן טייל באשרייבט באזונדער זיינע באגעגענישן מיט די דעמאלטדיגע וויכטיגע יודישע פערזענליכקייטן און קורצע שטריכן איבער זייער ביאגראפיע און פערזענליכקייט.
אט איז א טייל פון זיי: אב. קאהאן, סאל היוראק, מאריס שווארץ, דזשעני גראסינגער (אייגנטומער פון גראסינגער האטעל), דעני קעי, שלום סעקונדע, יעקב פ. אדלער, אברהם רייזען, דוד בן גוריון, חיים ווייצמאן, דוד דובינסקי, שלום אש, מאריס ראזענפעלד, אדאלף העלד, מרדכי ירדני און נאך.
דער בוך וועלכער איז באצירט מיט בילדער פון זיין פאמיליע און בארימטע ארטיסטן, אנטהאלט הונדערט צוויי-און-זיבעציג זייטן און איז א היסטארישער אוצר פאר די יודישע מוזיק אין אמעריקע אין יענע יארן.
וועבלינקען
רעדאַקטירן- אימפרעסאריא אויפן וועב