אזשאראוו
Ożarów
פויגלבליק אויף אזשאראוו
מדינה / טעריטאָריע פּוילן
גרינדונג דאַטע 1569
קאָאָרדינאַטן 50°53′27″N 21°40′04″E / 50.89083°N 21.66778°E / 50.89083; 21.66778קאארדינאטן: 50°53′27″N 21°40′04″E / 50.89083°N 21.66778°E / 50.89083; 21.66778
וואויוואדעשאפט שווענטאקזשיסקיע
דיסטריקט אפטער דיסטריקט
שטח 7.79 קוואדראט ק"מ

 ‑ אין שטעטל
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

4,816‏  (שטייענדיג 2006)
620 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC+1
http://www.ozarow.pl/

אזשאַראוו (פּויליש: Ożarów; רוסיש: Ожаров) איז א שטעטל אין פוילן, 20 ק"מ מזרח פון אסטראווצע און 70 ק"מ מזרח פון קעלץ. עס באדעקט א שטח פון 8.52 קוואדראט ק"מ. אין 2006 האט אזשאראוו געהאט 4,816 איינוואוינער.

די גרעסטע אינדוסטריע אין אזשאראוו איז א צעמענט פאבריק.

אזשאראוו געפינט זיך אויף דער ווארשע-ביטאם שאסיי.

היסטאריע

רעדאַקטירן

אזשאראוו איז געגרינדעט געווארן אין 1569 דורך יאזאף אזשאראווסקי, און האט באקומען דעם סטאטוס פון א שטאט פונעם מלך זיגמונט אויגוסט. אין 1767 איז דער צענטער פון דער שטאט פארברענט געווארן אין א שריפה. אין 1869 האט אזשאראוו פארלוירן דעם סטאטוס פון א שטאט נאכדעם וואס די באוואוינער האבן אנטייל גענומען אין דעם פוילישן אויפשטאנד פון 1863-1864.

צווישן די יארן 1815-1915 איז אזשאראוו געווען א טייל פון קאנגרעס פוילן וואס איז געווען אונטער רוסישער הערשאפט. אזשאראוו איז געווען א צענטער פונעם פוילישן קעגנשטעל צו דער רוסישער רעגירונג אין 1905, און נאך אמאל ביי דער ערשטער וועלט מלחמה אין 1915. די רוסן האבן פארברענט אזשאראוו, און מעט האט צוריקגעבויט דאס שטעטל פון 1916-1920.

יידישע קהילה

רעדאַקטירן
 
דער אזשאראווער בית עולם, אלט פיר הונדערט יאר

אין די מיטעלע ת"ק יארן האט די יידישע באפעלקערונג פון אזשאראוו געציילט 1000 נפשות. ביז 1898 איז די צאל יידן געוואקסן צו 2,557 מענטשן.‏[1]

רבי אריה לייביש עפשטיין, א תלמיד פונעם חוזה פון לובלין, וואס איז געווען אזשאראווער רב, האט אויפגעשטעלט א הויף אין אזשאראוו. דער הויף ציט זיך ביזן היינטיקן טאג, און איז הויפטקווארטירט אין בני ברק.

ביים אנהייב פון דער צווייטער וועלט מלחמה האבן געוואוינט אין שטעטל 3,200 יידן.


באוואוסטע מענטשן פון אזשאראוו

רעדאַקטירן

וועבלינקען

רעדאַקטירן
 
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו: אזשאראוו

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. "אזשאראוו", ביי "JewishGen" (אויף ענגליש)