נידער-זאקסן

לאנד אין דייטשלאנד
(אַריבערגעפֿירט פון אונטער סאקסאניע)
נידער־זאַקסן
Niedersachsen
פאן נידער־זאַקסן
הערב נידער־זאַקסן
פֿאָן הערב
אָרט פֿון נידער־זאַקסן
שפּראַכן דײַטשיש, נידערדײַטש
הױפּטשטאָט האנאווער
שטח 47,624.22 קװאַדראַט ק״מ
באַפֿעלקערונג צאָל 7,918,293
באַפֿעלקערונג געדיכטקײט 170 אײנװױנערס אַ קװאַדראַט ק״ם
פּרעמיער מיניסטער דייוויד מאקאליסטער
אָפֿיציעלער קאָד DE-NI
װעב זײַט www.niedersachsen.de

נידער-זאַקסן (דײַטש: Niedersachsen, נידערדייטש: Neddersassen) אין צפון־מערב דייטשלאנד איז איינע פון די 16 לענדער אין דייטשלאנד. זיין שטח איז 47,618 קוואדראט ק"מ (דאס צווייטע גרעסטע לאנד אין דייטשלאנד); לויט זיין באפעלקערונג איז עס דאס פערטע מיט בערך אכט מיליאן איינוואוינער.

די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז האנאווער.

נידער-זאַקסן גרענעצט דעם צפון ים צו צפון, און זייגערווייז פון צפון גרענעצט זי די לענדער שלעזוויג-האלשטיין, האמבורג, מעקלענבורג-מערב פאמעראניע, בראנדנבורג, זאקסן-אנהאלט, טורינגיע, העסע און נארד ריין-וועסטפאליע, און דעם קעניגרייך פון האלאנד.