שלעזוויג-האלשטיין

לאנד אין צפון דייטשלאנד

'שלעזוויג-האלשטיין (דײַטש: Schleswig-Holstein, דעניש: Slesvig-Holsten) אין צפון דייטשלאנד איז איינע פון די 16 לענדער אין דייטשלאנד. זיין שטח איז 15,763.18 קוואדראט ק"מ; לויט באפעלקערונג איז זי דאס 9ט־גרעסטע לאנד מיט 2,833,000 איינוואוינער.

שלעזוויג-האלשטיין
Schleswig-Holstein
פאן שלעזוויג-האלשטיין
פאן שלעזוויג-האלשטיין
הערב שלעזוויג-האלשטיין
פֿאָן הערב
אָרט פֿון שלעזוויג-האלשטיין
אָרט פֿון שלעזוויג-האלשטיין
שפּראַכן דײַטש, דעניש, נידערדײַטש, צפון פריזיש
הױפּטשטאָט קיל
שטח 15,763.18 קװאַדראַט ק״מ
באַפֿעלקערונג צאָל 2,858,714
באַפֿעלקערונג געדיכטקײט 180 אײנװױנערס אַ קװאַדראַט ק״ם
פּרעמיער מיניסטער טארסטן אלביג
אָפֿיציעלער קאָד DE-SH
װעב זײַט Schleswig-Holstein.de

די הויפטשטאט און גרעסטע שטאט איז קיל.

שלעזוויג-האלשטיין גרענעצט דעם דרום דענמארק ראיאן פון דענמארק צו צפון, דעם באלטישן ים צו מזרח, די לענדער מעקלענבורג-מערב פאמעראניע, האמבורג און נידער-זאקסן צו דרום, און דעם צפון ים צו מערב.