נאָרד רײן־װעסטפֿאַליע, אדער צפון רײן־װעסטפֿאַליע (דײַטש: Nordrhein-Westfalen, נידערדייטש: Noordrhien-Westfalen) איז אַ דײַטשלענדיש לאַנד, װאָס געפֿינט זיך אין מערבֿ־דײַטשלאַנד. די הױפּטשטאָט איז דיסלדאָרף. דאָס לאַנד האָט די גרעסטע באַפֿעלקערונג צװישן אלע דײַטשע לענדער מיט 17,878,000 אײַנװױנערס. דער שטח איז 34,088.01 ק״װ ק״ם: דאָס פֿיר־גרעסטע לאַנד, אָבער מײנסט געדיכט באַװױנט. דאָס לאַנד איז באַגרינדעט געװאָרן אין 1946 װי אַ סכום פֿון פֿריערדיקע פּרײסישע פּראָװינצן רײנלאַנד (נאָר די צפֿונדיקע טײל) און װעסטפֿאַליע.

נאָרד רײן־װעסטפֿאַליע
Nordrhein-Westfalen
פאן נאָרד רײן־װעסטפֿאַליע
פאן נאָרד רײן־װעסטפֿאַליע
הערב נאָרד רײן־װעסטפֿאַליע
פֿאָן הערב
אָרט פֿון נאָרד רײן־װעסטפֿאַליע
אָרט פֿון נאָרד רײן־װעסטפֿאַליע
שפּראַכן סטאַנדאַרט דײַטשיש, נידערדײטש
הױפּטשטאָט דיסלדאָרף
גרינדונג דאַטום 23סטן אױגוסט 1946
שטח 34,088.01 קװאַדראַט ק״מ
באַפֿעלקערונג צאָל 17,845
באַפֿעלקערונג געדיכטקײט 523 אײנװױנערס אַ קװאַדראַט ק״ם
פּרעמיער מיניסטער האַנעלארע קראַפֿט
אָפֿיציעלער קאָד DE-NW
װעב זײַט www.nrw.de

באַפֿעלקערונג רעדאַקטירן

דאָס האַרץ פֿונעם לאַנד איז די רור געגנט, װאָס איז מיט אירע 5,172,745 מיליאָן אײַנװױנערס די מערסטן באַפֿעלקערטע שטאָט־אַגלאָמעראַציע אין דײַטשלאַנד. פֿונדעסטװעגן, די צװײ גרעסטע שטעט קעלן (די פֿירט גרעסטע שטאָט אין דער מלוכה) און דיסלדאָרף (די הױפּטשטאָט) געהערן צו אירע אײגענע געביטן. די צען גרעסטע שטעט זענען די פֿאָלגנדיקע:

פּאָזיציע נאָמען באַפֿעלקערונג, צאָל 2010 שטח, ק״װ ק״ם געדיכטקײט, אַ ק״װ ק״ם
1 קעלן 1,000,660 405.15 2,470
2 דיסלדאָרף 586,564 217.01 2,703
3 דאָרטמונד 580,688 280.37 2,071
4 עסן 575,027 210.38 2,733
5 דיסבורג 501,564 232.81 2,154
6 באָכום 385,626 145.43 2,652
7 װוּפּערטאַל 359,237 168.37 2,134
8 בילעפֿעלד 326,925 257.83 1,268
9 באָן 312,818 141.22 2,215
10 מינסטער 270,868 302.91 894