הרב אהרן מאיר פרידלענדער (תקפ"ז - כ"ג תשרי תרל"ה) איז געווען ראש בית דין אין באלעכאוו, מזרח גאליציע.

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

ר' אהרן מאיר איז געבוירן אין תקפ"ז לערך, צו זיין פאטער ר' זלמן לייב פרידלענדער (נפ' תקצ"ו).

ער האט חתונה גיהאט מיט שרה רבקה קאצנעלבויגן, אן אפשטאמלינג פון מהר"ם פדואה.

ער איז געווען א רב פון באלעכאוו.

זיין ספר, "האברך", האט מען געדרוקט אין קראקע תרל"ט.

ער איז נפטר געווארן כ"ג תשרי תרל"ה.

די קינדער פון הרב אהרן מאיר און זיין ווייב שרה רבקה זענען:

  • רבי זלמן לייב פרידלאנדער, דומ"ץ פשעווארסק (נפ' י"ג טבת תרפ"א). ער האט חתונה גיהאט מיט הענטשא סרקא (-כ"ט אדר תער"ה), טאכטער פון רבי פינחס חיים הורוויץ, מחבר פון "פתחא זוטא". נאך זיין טאטנס פטירה איז ער געווארן רב פון באלעכאוו. זיין דברי תורה האט זיך געדרוקט אין ספר "אמרי מהרז"ל". פיר קינדער זיינע זענען אומגעקומען אין חורבן אייראפע. איין קינד, רבי אברהם דוד הורוויץ האט זיך אויפגעצויגן אין זיין זיידע'ס שטוב.
  • רבי חיים פרידלענדער. ער האט געהיירט די טאכטער פון ר' צבי הירש ערליך, זון פון ר' יהודה לייב, דער איידעם פון ר' הערש זידיטשויבער. זייערע קינדער זענען געווען:
  • ליבא צביה ווייב פון רבי צבי הירש לאבין
  • טויבא, ווייב פון רבי יששכר בער ז"ק.
    • ר' אהרן מאיר ז"ק

רעפערענצן

רעדאַקטירן

האברך - רבי אהרן מאיר פרידלנדר מבאלחוב