אברהם יוסף לייזערזאן

ישראלישער פאליטיקער

אברהם יוסף לייזערזאן (תש"ג 1943י״ד טבת תש"ף, 11טן יאנואר 2020, ירושלים) איז געווען א חרדיש-ישראלישער עסקן און פערזענלעכקייט, וואס האט געדינט אלס פארזיצער פון חינוך עצמאי און איז פריער געווען וויצע־בירגערמייסטער פון ירושלים. ער איז געווען א כנסת דעפוטאט פאר פון יהדות התורה במשך ארום אכט חדשים.

אברהם יוסף לייזערזאן
קיין פריי בילד
געבורט 1943
תש"ג
ירושלים, בריטישער מאנדאט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 11 יאנואר 2020 (אלט 77 בערך)
י״ד טבת תש"ף
ירושלים, ישראל רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה ישראל
קבורה ארט הר המנוחות רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
באשעפטיגונג פאליטיקער, מחנך רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פארטיי יהדות התורה רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
כנסת דעפוטאט
23 אקטאבער 19987 יוני 1999
(32 וואָכן‎ און 4 טעג)
כנסות 14
אנזיכטיקע אמטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע רעדאַקטירן

לייזערזאָן איז געבוירן געוואָרן א זיבעטער דור אין ירושלים, צו רבי שמחה בונים לייזערזאן, וואס האָט געלערנט אין דער שפת אמת ישיבה און איז געווען איינער פון די גרינדער פון איר תל אביב צווייג. רבי שמחה בונים איז נפטר געווארן יונגערהייט ווען אברהם יוסף איז נאך געווען א קינד,‏[1] און ער איז אויפגעוואקסן ביי רבי שמחה בונים אלטער, שפעטער דער גערער רבי. זיין מוטער רחל איז געווען א טאכטער פון רבי חיים יהודה לייב אויערבאך און די שוועסטער פון רבי שלמה זלמן אויערבאך. ער האט געלערנט אין דער בית מאיר ישיבה און אין דער סלאבאדקער ישיבה אין בני ברק, און האט באקומען היתר הוראה.

ער האט חתונה געהאַט מיט צירל פֿערסטער.

ער האט געדינט אלס א ווארטזאגער פאר אגודת ישראל און האט געדינט אלס אגודת ישראל מיטגליד אין ירושלימער רעליגיעזן ראט, א מיטגליד אין שטאטראט און א וויצע בירגערמייסטער. אויך איז ער געווען דער וויצע־פֿארוואלטער פון חינוך עצמאי.

לייזערזאָן איז אריינגעקומען אינעם 14טן כנסת דעם 23סטן אקטאבער 1998, צוליב א ראטאציע אין אגודת ישראל, מיט דער רעזיגנאציע פון משה גפני פון דער כנסת, און האט געדינט אלס כנסת דעפוטאט ביזן סוף פונעם 14טן כנסת אין יוני 1999. ביי די וואלן צום 15טן כנסת, איז ער אוועקגעשטעלט געווארן אין דעם סימבאלישן 120סטן פלאץ אין דער רשימה. צו די וואלן צום 18טן כנסת, איז ער געשטעלט געווארן אלס פארטרעטער פון גערער חסידות אויפן ניינטן ארט אין דער יהדות התורה ליסטע און איז נישט געוויילט געווארן צום כנסת.

ער האט געוואוינט אין ירושלים. זײן זון, רבי שמחה בונים, פארעפנטלעכט די סעריע ספרים "שולחן שלמה", א זאמלונג פון פסקים פון זיין פאטער׳ס פעטער, רבי שלמה זלמן אויערבאך.

ער איז נפטר געווארן דעם 11טן יאנואר 2020.‏[2]

וועבלינקען רעדאַקטירן

רעפערענצן רעדאַקטירן