אברהם טווערסקי
הרב אברהם יהושע העשיל טווערסקי (6טן אקטאבער 1930 – י"ח שבט ה'תשפ"א, 31סטן יאנואר 2021) (באקאנט מיין צונאמען עי.דזשעי.) איז געווען אַ פסיכיאטער און א רב וואס וואוינט אין מאנסי, ניו יארק. ער איז אַ חסיד און גרויסער יחסן, שטאמענדיג פון רבי מאטעלע טשערנאבלער, דער רבי ר׳ זושא און די באבאווער רבי׳ס. ער האָט געשריבן איבער 51 ספרים רוב אויף נפשיותדיגער רפואה.
געבורט |
6 אקטאבער 1930 מילוואקי, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
טויט |
31 יאנואר 2021 (אלט 90) ירושלים |
פעלדער | פסיכיאטריע, אדיקציע |
ער גיט זיך אוועק צו העלפן אידן. ער האט געעפענט א דראג רעהאביליטאציע צענטער אין זיין היים שטאט פיטסבורג אין פענסלוועיניע. זיין נייע בוך גייט זיין איבער אזארטשפילן.
זונטאג, יתרו, י״ח שבט תשפ״א, איז ער נפטר געווארן אין ארץ ישראל, נאכן ווערן אנגעשטעקט מיטן קאראנאווירוס.
וועבלינקען
רעדאַקטירן- דער בעל מופת; א פרויפייל איבער אים אין די גויאישע לאקאלע פרעסע פון זיין היים שטאט פיטסבערג (ארכיווירט 22.02.2006 ביי דער Wayback Machine)
- ווידעא דרשה פון אים איבער דעם געמבלינג פראבלעם. (ארכיווירט 10.03.2007 ביי דער Wayback Machine)