פערזענלעכער קאמפיוטער
(אַריבערגעפֿירט פון PC)
א פערזענלעכער קאמפיוטער איז א קאמפיוטער וואס האט נארמאלעווייזע נאר איין באניצער, און איז פאסיג דערצו סיי צוליב זיין פרייז סיי צוליב זיין גרייס. א פערזענלעכער קאמפיוטער קען זיין א טיש קאמפיוטער, א שויס קאמפיוטער, א טאָװל־קאָמפּיוטער אדער א האַנטפֿלאַך־קאָמפּיוטער. רוב פערזענלעכער קאמפיוטערס האבן דעם אפערירן סיסטעם ווינדאס אדער מאק אס אדער לינוקס. די מייסטנס געפונען מיקראפראצעסארן אין פערזענלעכע קאמפיוטערס זענען אדער x86 אדער PowerPC.
![](http://upload.wikimedia.org/wikipedia/commons/thumb/d/d7/Desktop_computer_clipart_-_Yellow_theme.svg/220px-Desktop_computer_clipart_-_Yellow_theme.svg.png)
ווייכווארג צו באקומען פאר פערזענלעכע קאמפיוטערס איז כולל ווארט פראצעסן, ספרעדשיטס, שפילן און נאך פארשידנס אויף אלע צוועקן. על פי רוב האט דער קאמפיוטער אן אינטערנעץ פארבינדונג.