8טן סעפטעמבער
דאַטע
א | ב | ג | ד | ה | ו | ש |
1 | 2 | |||||
3 | 4 | 5 | 6 | 7 | 8 | 9 |
10 | 11 | 12 | 13 | 14 | 15 | 16 |
17 | 18 | 19 | 20 | 21 | 22 | 23 |
24 | 25 | 26 | 27 | 28 | 29 | 30 |
לוח פאר 2023 |
דעם 8טן סעפטעמבער איז דער 261סטער טאג פון יאר (262סטער טאג אין אן עיבור יאר) אינעם גרעגאריאנישן קאלענדאר. ביז צום סוף יאר, בלייבן נאך 114 טעג.
געשעענישןרעדאַקטירן
- 1636 - געגרינדעט הארווארד אוניווערסיטעט אין מאסאטשוסעטס, דער עלטסטער אוניווערסיטעט אין אמעריקע
- 1941 - צווייטע וועלט מלחמה: אנהייב פון באלאגערונג אויף לענינגראד, ווען דייטשע קראפטן רינגלען ארום לענינגראד, די צווייטע גרעסטע שטאט אינעם סאוועטן פארבאנד
- 1943 - דווייט אייזנהאוער, גענעראל פון דער אמעריקאנער ארמיי, איז מבשר וועגן וואפן שטילשטאנד מיט איטאליע
- 1944 - V-2 ראקעט גרייפט אן לאנדאן צום ערשטן מאל
- 1991 - מאקעדאניע פראקלאמירט איר זעלבשטענדיקייט
- 2006 - אנטפלעקט היפעריאן, דער העכסטער בוים אין דער וועלט
- 2022 – טשארלס דער דריטער ווערט קעניג פונעם פאראייניגטן קעניגרייך און נאך 14 קאמאנוועלט מדינות
געבוירןרעדאַקטירן
- 1157 - ריטשארד דער ערשטער, מלך פון ענגלאנד (געש' 1199)
- 1841 - אנטאנין דווארזשאק, טשעכישער קאמפאזיטאר (געש' 1904)
- 1908 - עלי שעכטמאן, יידישער שרייבער, פון די חשובסטע יידיש־שרייבער (נפטר 1996)
געשטארבןרעדאַקטירן
- 1933 - פייסל דער ערשטער, מלך פון איראק (1933-1921) (געב' 1883)
- 2022 – עליזאבעט די צווייטע, מלכה פונעם פאראייניגטן קעניגרייך (געב' 1926)
פייערונגעןרעדאַקטירן
וויקימעדיע קאמאנס האט מעדיע שייך צו:
8טן סעפטעמבער