װיקיפּעדיע:שרייבן און סטיל אנווייזונגען

דער בלאט איז אן אפיציעלע אנווייזונג פאר דער אידישער וויקיפעדיע וואס איז ברייט אנגענומען דורך שרייבערס. כאטש עס איז ראטזאם נאכצופאלגן די אנווייזונגען דערינען, ס'איז אבער נישט קיין פאליסי. אויב איר ווילט ענדערן דעם בלאט, מאכט זיכער אז עס איז דא אויף אייערע טוישונגען א קאנצענזוס. האט איר א ספק, דאן רעדט עס דורך אויפ'ן רעדן בלאט.
וויקיפעדיע אנווייזונגען
אינהאלט

אויטאביאגראפיע
קאפירט נישט קיין מקורות

קלאסיפיקאציע

אונטערבלאט
באדייטן
קאטעגאריעס, רשימות און מוסטערן
קאטעגאריזאציע

רעדאקטירן

זייט דרייסט
Build the web
קורץ ווארט
Article size

רעדן

רעדן
אונטערשרייבן
בויט אויף קאנסענסוס

אויפירונג

עטיקעט
דן זיין לכף זכות
Do not disrupt Wikipedia to illustrate a point
Don't bite the newcomers
באניצער בלאט

סטיל
האנטבוך
זעט אויך אפיציעלע פאליסי ליסטע

װיקיפּעדיע'ס שרייבן און סטיל אנווייזונגען, איז אַ וועגווייזער פון די שרייבן און סטיל מנהגים פון דער וויקיפעדיע פֿאַר אירע אַרטיקלען וויאזוי אירע באנוצער טוען זיך פירן.

דער דאזיגער בלאט איז זיך מצמצם צו אנווייזן בעיקר אין וויקיפעדיע שרייבעריי און סטיל כללית'דיג, דאס הייסט אפילו איר זענט נישט קיין שרייבער, אדער איר זענט נישט קיין עקספערט אין אידיש, אדער אין סיי וועלכן ספעציעלן ענין איר טוט ביישטייערן דא, אויב וועט איר זיך אבער האלטן צו די וויקיפעדיע שרייבן און סטיל אנווייזונגען פון דעם בלאט וועלן אייערע ביישטייערונגען זיין ווערד און געלונגען.

ארטיקל טיטל

רעדאַקטירן

ווען איר קלויבט אויס א טיטל פאר אייער ארטיקל, געדענקט די כללים: ניצן איינצאל. למשל, איר גייט שרייבן אן ארטיקל וועגן טישן, גיט אים א נאמען "טיש", נישט "טישן". (ביי קאטעגאריעס גייט אָן אן אנדער כלל.) ניצן יידיש. ווען איר שרייבט אן ארטיקל וועגן דער הויפטשטאט פון פוילן, גיט אים א נאמען "ווארשע", נישט "ווארשאווא". זעט אויך: װיקיפּעדיע:נאמען פון ארטיקל. נישט ניצן קיין פינטלעך. מען גיט א טיטל "פארע", נישט "פּאַרע".

ערשטער זאץ

רעדאַקטירן

ווען נאר מעגלעך, זאל די טעמע פונעם ארטיקל (וואס איז געווענלעך אויך זיין טיטל) זיין דער סוביעקט פונעם ערשטן זאץ. למשל, דער ארטיקל ארץ ישראל הייבט אן "ארץ ישראל איז אַ שטח לאַנד אינעם מיטל מזרח" און נישט "דאס איז אַ שטח לאַנד אינעם מיטל מזרח".

ווען דער טיטל פונעם ארטיקל איז א חשוב ווארט, זאל מען אים ניצן וואס פריער אינעם ארטיקל. מאכט דיק דעם ארטיקל טיטל דאס ערשטע (אבער נאר דאס ערשטע) מאל מען ניצט אים. ווי אויך זאל מען מאכן וויכטיקע סינאנימען – אנדערע נעמען פאר דער זעלבער זאך, אדער פריערדיקע נעמען. מען ניצט דריי אפאסטראפן צו מאכן דיק: '''אַרטיקל טיטל''' וועט ווײַזן זיך אַרטיקל טיטל.

קיין אנדערע ווערטער אינעם ערשטן פאראגראף זאל מען נישט מאכן דיק, כדי דער לייענער זאל נישט ווערן צעמישט.

די דיקע טיטל ווערטער און סינאנימען טוט מען נישט פארלינקען. למשל, מען שרייבט נישט "ארץ ישראל איז …"

די נעמען פון ביכער אד"ג לייגט מען געווענלעך קורסיוו; דאס קען ווערן קאמבינירט מיט דיקן טעקסט, אזוי

מאטל פייסע דעם חזנס איז א בוך געשריבן געווארן דורך דעם וועלט בארימטן שרייבער שלום עליכם.

ווען אן ארטיקל באשרייבט א פרעמדן מענטש אדער ארט, גיט מען דעם נאמען אין דער אריגינעלער שפראך איינגערינגלט גלייך נאך ווען מען דערמאנט דעם טיטל צום ערשטן מאל. דעם נאמען פון דער שפראך זאל ווערן פארבונדן מיט א לינק, נאכדעם א צווייפינטל (:), גלייך פאר דעם פרעמדן נאמען. אויך זאל מען געבן א טראנסליטעראציע אין א"ב. צום ביישפיל:

בייזשינג (כינעזיש: 北京 /ביידזשינג/) איז די הויפטשטאט פון כינע.


זיך האלטן צו איין סטיל

רעדאַקטירן

וויבאלד שרייבן איז אנדערשט ווי רעדן, וואס מ'קען נישט נוצן דערביי די הענט, פנים, און ניגון צו מסביר זיין וואס די ווערטער באדייטן, ברויך מען זיך האלטן גאר שטרענג צו כללים כדי די ווערטער, טינט, פינגערקלאפעריי זאלן נישט זיין להבל ולריק.

עס איז טאקע ביטער שווער צו שרייבן, ווער רעדט נאך פון זיך צו האלטן צו כללים, אבער עס לוינט דאס צו חזר'ן און איינבאקן ווייל דאס געשריבענע ווארט טראגט אסאך מער געוויכט און ווערט ווי א געזאגטע ווארט. דער עיקר פאקטאר צו נעמען אין באטראכט ביי אלע כללים איז צו רעספעקטירן דעם ליינער. איר זאלט זיך אריינלייגן און זיין מצב און אזוי ארום זעהן וויאזוי קען מען אים פאנגן, און איינמאל מען האט אים, זאל מען אים נישט פארלירן, ער זאל זיך אנשטרענגן צו ליינען אייערע ווערטער?

דעריבער זאל מען נישט טוישן אינמיטן אן ארטיקל דעם וועג פון שרייבן. אויב האט מען אנגעהויבן רעדן בלשון יחיד נישט גיין אפילו איינמאל צו א לשון רבים, אדער אויב מען נוצט איין וועג פון נוסח, שפראך, אויסלייג, פֿאנט, גראמאטיק, זאל מען זיך האלטן דערצו בעקשנות דערצו דורכאויס, ווייל דער ליינער זאל ווי ווייניגער זייטיגע זאכן באדערן און עגבערן פון אייער שריפט, כדי ער זאל זיך הונדערט פראצענט נאר קימערן מיטן תוכן און נישט מיטן סגנון.

נוצן בלויז אנגענומענע אויסלייג און גראמאטיק

רעדאַקטירן

אזוי ווערט דער ליינער נישט ווערן אויסגעמוטשעט נוצנדיג זיין צייט און קאנצערטראציע זיך צו באפריינדען מיט נייע ווערטער, ער וועט זיך מער אפגעבן מיט ליינען וואס איר ווילט.


פינף זייטן: ווען, ווי, ווער, וואס, און פארוואס

רעדאַקטירן

יעדער ענין. פאקט, זאך, געשעעניש, מענטש, און באגריף, האט פינף הויפט פאקטארן וואס פארעמען דאס אויס און וויאזוי מענשטן קוקען דאס אן: ווען פאסירט דאס? ווי פאסירט דאס? ווער איז אין דעם פארמישט? וואס פאסירט? און פארוואס פאסירט דאס?

נישט נאר ביי א מענטש'ס ביאגראפיע אדער געשעניש, נאר אפילו ביי א זאך דארף מען צולייגן די פינף זייטן? ווען, ווי און ווער טוט מען דאס ערפינדען? און פארוואס געבט מען איר די נאמען?

אויב אדרעסירט מען די אלע פינף זייטן פון דער מטבע, איז דאס א געלונגענער ארטיקל.

אריינפיר (פאר דער אינהאלט טאבעלע)

רעדאַקטירן

איר דארפט געבן א שטיקל באגריף פארן ליינער פון וואס איר גייט שרייבן, בקיצור אים אריינפירן צו די ווייטערדיגע פרטים. דער טיטל פונעם ארטיקל דארף ערשיינען אינעם אריינפיר, אויב נאר מעגלעך אינעם ערשטן זאץ, און דארף זיין דיק.

דאס איז די שווערסטע אויפגאבע, ווייל דאס טאר נישט זיין מער ווי 3 פאראגראפן, אבער עס מוז אדרעסירן אין א צוקוועטשטען תמצית אלע 5 הויפט זייטן פונעם ענין. דאס וועט געבן פארן ליינער די געלעגנהייט און פרייהייט צו זען אויב ער וויל ליינען דעם גאנצן ארטיקל.

א דוגמא:

"ר' משה יענקל פאדראטשיק (26סטן סעפטעמבער 1893 – 9טן נאוועמבער 1976) איז געווען דער רב פון דער פיקשלאפדיינער קהילה צווישן די יארן 1949-1976.

אין זיין אמט אלס הויפט אידישער פירער און שתדלן פון גאנץ מאראמאראשער ארטאדאקסישער שטרעמנוג פון 1943 און ווייטער, איז ער געווען די הויפט אורזאך פון זייער וואוקס און איינפלוס אויף די גויאישע רעגירונג אינסטאנצן.

דאס האט עווענטועל רעוואלוציאנירט אידישקייט לדורות דורך די באקאנטע ערקלערונג פון "צאקאליי דער פערטער" וואס איז געווען פארעכענט ווי א טריט פאראויס אויף אייביג פאר אידן, אדער ווי טייל באצייכענען איר א בכי' לדורות."

עס ווערט שווער א שאלה, וואס האט האט דער ערקלערונג פונטקליך געמיינט אז טייל זען דערין א ברכה און טייל א בכי' לדורות. עס דעקט אין קורצן אלע 5 זאכן: ווי, ווען, ווער, וואס און פארוואס. און עס האלט זיך ביי דריי פאראגראפן.

דריי עיקר חלקים

רעדאַקטירן
  • אריינפיר
  • מיטלסטע
  • מסקנא

איינטיילן אין חלקים

רעדאַקטירן

א ליינער וואס זעט א גאנצע מגילה אין פארענט פון זיך וועט נישט ליינען אביסל אויך נישט. טיילט דאס איין אין קלענערע חלקים אזוי וועט דאס אויג קודם ליינען די ערשטע חלק, און דערנאך וועט איר אים שוין פאנגן אויף צו ענדיגן ליינען דעם ארטיקל.

אויב איינער איז נישט מסכים מיט איין חלק, קען ער דערנאך נאך ליינען אנדערע חלקים.

אויסלאזן איין שורה אדער צוויי, צווישן פאראגראפן, כדי דער ליינער זאל כאפן דעם אטעם און נישט ווערן אויסגעמוטשעט.

צופיל צוטיילטע חלקים איז אויך נישט גוט, עס קוקט אויס ווי א ליסטע און פארשווערט די המשך פונעם קאנצעטראציע.

מאכן קעפלעך

רעדאַקטירן

עס צווינגט אייך צו זיך האלטן צום פונקט און עס פארזיכערט דעם ליינער מיט איין ווארט אדער צוויי, אז די פוינט אינעם ארטיקל איז עפעס וואס פאראינטערסירט אים.

קורץ און שארף

רעדאַקטירן

עס מוטשעט נישט אויס דעם ליינער, און עס שפארט זיין צייט. אויך צווינגט עס דעם שרייבער צו נוצען קלארערע ווערטער ווי איידער רעדן ווי א באבע. ממילא טוט די ליינער מער טראכטן און קאנצעטרירן אויף אייערע ווערטער.

ס'זאל זיך ליינען ווי אין א המשך

רעדאַקטירן

ווי אין א נאראטיוו, איין גרויסע דערציילונג. איין פאראגראף מוז קלעבן צום צווייטן. נישט זיך אפשטעלן און אנהייבן נייע זאכן, ווייל דאס שטעלט אפ דעם ליינער אויך פון ליינען און צולייגן קאפ, ער מוז ווערן געפירט אן זיך אפשטעלן יעדע מינוט. אחוץ אויב מ'קען נישט ווי אין א ליסטע, מאכט מען בולעטס * כדי די ליינער זאל זיך נישט אויפרעגן.

סטרוקטור

רעדאַקטירן

דאס ערשטע ווארט אדער פאראגראף מוז נישט נאר קלעבן מיטן צווייטען, נאר מוז דינען א יסוד פארן צווייטען. דער ערשטער פאראגראף מוז זיין חשובער און ערשט, מער כלליתדיג און מער דערויסענדיג. און דערנאך קומט דער פרט, און ווייניגער חשוב, פרטית'דיג און אינעווייניג.

נישט אלעס קען אריינפירן אין צווייטען, אבער עס מוז זיין מסודר מיט א סדר דאס קלענערע נאכן גרעסערן אז נישט ווערט מען צעמישט און מען צעטראסקעט די אויפאסונג פונעם ליינער.

צולייגן א דערציילונג

רעדאַקטירן

פארשטייט זיך מיט א מקור א לינק אין קיינמאל נישט מפי השמועה. עס ציעט די אינטערעסע פונעם ליינער צו קאנצעטרירן מער אויף אייערע ווערטער.

לייגן א בילד

רעדאַקטירן

מיר זענען אלע קינדער וואס האבן ליב בילדער. זעט וויקיפעדיע:בילדער.

נישט ניצן מעטאפארן

רעדאַקטירן

א מעטאפאר איז א משל אן צו אויסזאגן דעם ליינער אז איר שרייבט דאס נאר אלס משל, די צרה מיט דעם איז אז דער ליינער ווערט באמוטשעט מיט ווילד טוישענדע מיינונגען און פראזן פארלירענדיג די "עטענשאן ספען". יעדער מעטאפאר פארלירט איר מיינונג מיט די צייט ווען עס ווערט אויס אקטועל. אויך איז עס נישט אינטערסאנט פאר אן אנדערן אייערע ענטוזיאסטישע טערמינען. (ווי למשל קטלא קניא מעג נוצן מעטאפארן ווייל ער איז בעיקר סעטייער חוזק צו מאכן פון די מסורה, דעריבער דארף ער נוצן יעדע שורה א מעטאפאר פון אונזער טראדיציע אדער טעגליכע געדאנקן גאנג דערפון אפצושפעטן, אבער ביים שרייבן נארמאל קומט נישט אריין געבארגטע ווערטער פון גמרא אדער פון מנהג.)


נישט מסביר זיין

רעדאַקטירן

ווייל עס באלעסטיגט דעם ליינער. אחוץ עס איז א הילף בלאט. אויך אז איר דארפט מסביר זיין אייערע ווערטער, זענען די ווערטער איבעריג.

נישט רעדן פון זיך

רעדאַקטירן

דאס איז די שווערסעטע אויפגאבע, ווייל מ'קען דאך נאר שרייבן וואס מ'זעהט און טראכט, אבער די ליינער איז פונקט אזוי סעלפיש ווי אייך, אויב ער וועט זעהן איין ווארט איבער אייך וועט ער גיין ווייטער פון דארטן. ווייל ער וויל נישט ליינען קיין איין ווארט איבער אייך, ער קען אייך נישט, און ממילא אינטערסירט אים נישט וועגן אייערע געפילן. אחוץ אויב איר זענט א גאר פאפולערער מענטש, ווי א שריפטשטעלער און אזוי דאס גלייכן וואס די ליינער רעספעקטירט אייערע שיטות און וועגן דעם ליינט ער אייך.

טרוקן, נישט זאפטיג אדער דראמאטיש א.א.וו.

רעדאַקטירן

קודם כל וואס איז דראמאטיש איז גוט צו זעהן אליינס, אז איר דארפט מיר זאגן אז דאס איז דראמאטיש, א שטייגער ווי די היימישע צייטונגען וואס שילדערן די חסידישע טישן און איווענטס, ווייס איך אז עס איז ליגעט. דראמא דארף ווערן ארויסגעברענגט פון פאקט, נישט פון זאגן אז עס איז דראמאטיש, יעדער איינער וויל הערן די פאקט און נישט מער. אייערע בויך קרעמפן זענען כמעט קיינמאל נישט די זעלבע ווי מיינע, דעריבער איז דאס נישט קיין חשיבות ביים ליינער און ער ווערט נאר באלעסטיגט דערמיט.


נישט נוצן קיין ליינס אדער סימבאלן

רעדאַקטירן

אנדערשט ווי בילדער און ווערטער, איז סתם סימבאלן און ליינס אנגעפאקט און נישט ריין. וויאויך נישט מאכן באלד און מארקס ווי סמייליס, !, און " ", א.א.וו. עס מאכט נערוועז מיט צופיל פאטשקערייען וואס זענען מבטל די ווערטער'ס חשיבות.

נישט נוצן ראשי תיבות

רעדאַקטירן

נישט יעדער איז א תלמוד חכם אין שרייבן, פארוואס זאלט איר יענעם באמוטשען צו טראכטן וואס די ראשי תיבות מיינט?


גוטמוטיק

רעדאַקטירן

עס איז אייביג גוט צו שמייכעלן פאר זיך בשעתן שרייבן ווייל דאס וועט אטאמאטיק אריינגעבן דעם פרייליכקייט און די ווערטער. און גוטמוטיגקייט איז פאר יעדן א ציענדער פלעיווער וואס מאכט אים וועלן צולייגן קאפ בשעתן ליינען. כעס און קללות ציען אויף די מינוט דעם ליינער אבער די אקט ווערט נמאס פון זיי מיט די צייט.

זיך נישט שעמען צו פארעכטן הונדערטע מאל

רעדאַקטירן

דאס איז א גרויסער נסיון אין וויקיפעדיע, ווייל יעדער איינער זעהט אינעם לעצטע ענדערונגען בלאט אז איר זענט א ליידיגייער וואס האט נישט צוטאן מיט די צייט נאר צו פארעכטן אגאנצען טאג אייערע בויך וויי. אבער די אמת איז אז אויב איר האלט נישט פאר וויכטיג צו שארפן, מעקן און פארעכטן אייערע ווערטער, דאן האט אייערע ווערטער נישט קיין ווערד, און דאן דארפט איר זיך שעמען ווייל א ליידיגייער איז אזא איינער וואס האלט נישט זיינע ווערטער פאר קיין חשיבות. דאן אויב אזוי וויאזוי פארלאנגט איר אז אן אנדערער זאל יא מחשיב זיין אייערע ווערטער צו פארברענען פון זיין צייט איר צו ליינען?


קראנטע מקורות

רעדאַקטירן

עס איז וויכטיג נישט זיך צו פארלאזן אויפן זכרון, נאר שרייבן וואס מ'ווייסט פאר זיכער. דא האט איר א נוסח וויאזוי צו בעטן רשות צו קאפירן אנדערנס ארטיקלען אהער.

זיך צופאסטן צום אויסשטעל וויפל ס'איז מעגליך

רעדאַקטירן

ווען מען שרייבט אן ארטיקל וואס האט קעגנאיבערע ארטיקלען פון זעלבן טעמע, ווי צ.ב.ש. אויב מען שרייבט אן ארטיקל איבער די מלכים פון תנ"ך, אדער איבער א מסכתא פון משניות, זאל מען זיך משתדל זיין צו אייניקן די אויסשטעל צווישן אלע ארטיקלען. ווי צ.ב.ש. אויב אין די אנדערע ארטיקלען פון די מלכים איז די ערשטע פאראגראף רעדט ארום איבער דעם קעניגס ביאָגראַפיע, זאל מען שרייבן אויך אין דאס נייע ארטיקל אויף אזא אויפן.

גוטע געשרייבאכצער

רעדאַקטירן