װיקיפּעדיע:קאווע שטיבל/אויגוסט ארכיוו 2006
זאל מען זיך ברעכן צו זשעי-נעט און טוישן פאליסי: נישט לאזן שרייבן די ווארט סעקס?
רעדאַקטירןאזוי ווי זשעי-נעט האט אונז אראפגעווארפן פון די אינטערנעט, און באנוצער:אלזוז האט דא אויפגעפארדערט איז אפשר כדי אריינקלערן אין פרישע פאליסי צו אויסמעקן אלע ארטיקלן וואס דערמאנען די ווארט?--סאסמאן 19:55, 21 באוגוסט 2006 (UTC)
- מען קען דא נישט מאכן אזא צענזורע, איך בין מסכים מיט דעם צו נישט לייגן פאנאגראפישע בילדער אזוי ווי מען לייגט ביי אנדערע וויקיפעדיעס, אויב אלע וועלן מסכים זיין דערצו.
- אויסער דעם, אויב זיי האבן בלאקירט אלע וויקיפעדיעס מיין איך נישט אז ס'וועט העלפן. ►רוני◄ 19:59, 21 באוגוסט 2006 (UTC)
- גערעכט מען טאר זיך נישט לאזן שאנטאזשירן פון אפאר משוגעים, אין הכי נמי, זשעי נעט האט טאקע א קאסטומער באזע פון 15 טויזענט אידיש רעדענדע וואס קענען איצט נישט מער זעהן וויקיפעדיע, איז דאס נאכאלסט טעראר, מען טאר נישט פארהאנדעלן און זיין נאכגיביג לגבי זייער געמיינער דיקטאטורשאפט פון אונז אראפווארפן אן ווארענען און אן אויפקלערן זאלן זייערע קאסטומערס זעהן ווער זיי זענען און שלאגן כפרות מיט זייער סערוויס.--סאסמאן 20:04, 21 באוגוסט 2006 (UTC)
מען דארף זיין באהאווענט מיט די פאלגענדע ידיעות איידער מען רעדט אפילו וועגן דזשעי נעט: 1) יעדער איינער וואס צאלט פאר דזשעי נעט געבט אים דזשעי נעט די פולע בארעכטיגונג אריינצוגיין ווי אימער ער וויל, ער צאלט איז עס זיינס! זיי בלאקן קודם אפ אלעס סייטס וואס זיי האלטן אלס ניבול, פון דא און ווייטער האט יעדער קאסטומער די רעכסט צוריק צו עפענען וועבסייטס.
2) דאס איז אבער דוקא פאר ווער עס צאלט און איז באאויפטראגט מיט דעם, אבער נישט פאר די ארבייטערס פון זיין פלאץ! וואס מייסטנס אינטערנעט שרייבער זענען דוקא פון די סארט וועלכע ארבעטן ביי א צווייטן, ווארום די בעה"ב האט א ביזנעס העכער זיין קאפ. (אזוי איז ביי מיינע חברים וועם איך קען, ווארשיינליך איז פארהאן יוצאי מן הכללים אויך)
3) די אויפטוה פון דזשעי נעט איז מער פאר די ארבייטער ווי פאר די בעה"ב, די בעה"ב זאל זיין זיכער אז אין זיין ארבייטס פלאץ גייט מען נישט אריין אין טריפה'נע וועבסייטס.
4) די בעה"ב וועלן אויף קיין פאל נישט שלאגן כפרות מיט דזשעי נעט צוליבן חטא פון אפבלאקן וויקעפדיע. ווען זיי וועלן הערן די אנטווארט פון דזשעי נעט אז עס ווערט געשריבן פיל מיט אומתורהדיגע ווערטער (אזויווי איך האב שוין ערווענט) וועט זייער טראסט אין דזשעי נעט בלויז שטייגן.
5) אין אנדערע ווערטער איז דאס א קלארע אנדייטונג אז וויקעפעדיע האט פארלוירן פופצן טויזנט בעלי בתים, און אן א שיעור גוזמאות פון ארבייטער - אלעס אידיש רעדנערס!
6) איצט בלייבט די באשלוס אין אייער הענט! (וועם איך רוף אייער? דער זעלביגער וואס רופט זיך יעצט ארבייטן "מיר" אויס די ארטיקל--אלזוז 20:45, 21 באוגוסט 2006 (UTC)
For the moment it’s easier for me to write in English, so that’s what I am doing. I'm in the mood of ranting so that's what it's going to be now. User Alzuz, you are a liar, not because I know you are lying, I have no clue if you are, but on Wikipedia like with everything else if you can't prove it it ain't fact. In your case every single point you mention should be easy to prove, if you said what you said without prove then you are just vandalizing the Wikipedia. Now about Jnet. 2 weeks ago I was by a client that uses Jnet and I realized that the article Sex is blocked but not any redirects to Sex, and zonons or the like wasn't blocked either. I showed it to a few people and one of them told me he will tell Mr. Rosenthal about it, which I'm assuming he did, and that's why Jnet blocked wikipedia. This to me just shows that Jnet didn’t have the technological knowledge for blocking an article that was redirected to an article they doomed inappropriate. The solution? Block all of Wikipedia nice job Zelig. About the article Sex: I don’t think it will change Zelig’s mind, and for us wikipedian’s it shouldn’t matter much, first let’s talk about the article. The article in itself is nothing more than a mature explanation of the act, for any adult accessing the Internet it should not be news, if we are talking for children, that’s NOT what the Jnet is meant for, ask any of the Rabanim that give a hechsher on Jnet they will tell you only for business and NEVER for kids. There should be NO change whatsoever in policy regarding such articles, although I do understand that pictures is another thing. BTW, speaking about this, shouldn’t we maybe seek approval for all and every article first from the Vadd Harabnim or Mishmeres Hatznius? I mean what is this? Let them be blocked, let them complain, and too bad, we lost 15000 potential readers. We still have to do whats right. End rant. --שמאלץ רעדן / בליץבריוו 00:00, 22 באוגוסט 2006 (UTC)
- האסט געשריבן זייער איידל. אויב דאס הייסט ביי דיר ranting ביסטו דאך ממש א צדיק :) ►רוני◄ 00:54, 22 באוגוסט 2006 (UTC)
כ'האב היינט אים געפערעגט און ער זאגט אז ער האט נישט געזאגט פאר זעליג, וואס מיינט אז דאס איז נישט געווען די סבה.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 05:17, 3 בספטמבר 2006 (UTC)
סטיקערס (קלעפצעטלען) צו מפרסם זיין די וויקיפעדיע
רעדאַקטירןעס האט מיר איינגעפאלן א פלאן צו דרוקן קלעפצעטלען צו מפרסם זיין די יידישע וויקיפעדיע, און זיי אויפקלעפן בסתר אין די פרומע געגנטער. ביי אונדז אין ישראל קען מען באשטעלן 5,000 שטיק נאר פאר 200 שעקל (40$). עס וועט שטיין דארט איןגרויסן "די יידישע ענציקלאפעדיע" און די וועבזייט אדרעסע פון אונטן. וואס זאגט איר דערצו? (אנאנים) 83.130.82.18 00:09, 24 באוגוסט 2006 (UTC)
וויאזוי טוישט מען זיך די איי.פי אדרעסע.
רעדאַקטירןהיינט איז דא געווען א וואנדאל ער האט געמאכט א צען אייפי אדרעסן כדי מען זאל אים נישט קענען בלאקירן געהעריג וויאזוי טוט מען דאס?--נבוכדנצר 23:06, 27 באוגוסט 2006 (UTC)
- אין אלגעמיינע אנטערנעט פראוויידערס, ווען מען טוט זיך אפהאקן פון זיי און צוריק פארבינדן, טוישט זיך די IP אדרעסע. די וואנדאלער נוצן זיך ווארשיינליך מיט א באזונדערע פראגראם דערצו. ►רוני◄ 23:12, 27 באוגוסט 2006 (UTC)
- אהא איך זעה.. עס קוקט מיר אבער אויס אז ער איז נישט קיין ריכטיגער וואנדאל, ווייל ער איז זייער זייער שנעל מיעד געווארן...--נבוכדנצר 23:14, 27 באוגוסט 2006 (UTC)
- אין אנפאנג האט מיר געדאכט אז ער איז א אידיאלאגישער וואנדאל, ווארום ער האט געמעקט געשלעכט ארטיקלען. אבער יעצט זעה איך אז ווארשיינליך דער זעלבער האט געמעקט אויך אבי ארטיקלען. ►רוני◄ 23:18, 27 באוגוסט 2006 (UTC)
- אהא איך זעה.. עס קוקט מיר אבער אויס אז ער איז נישט קיין ריכטיגער וואנדאל, ווייל ער איז זייער זייער שנעל מיעד געווארן...--נבוכדנצר 23:14, 27 באוגוסט 2006 (UTC)
אקעי כ'וועל יעצט האבן א ביסל פאן, כ'וועל זעהן וואס דא איז פארגעגאנגען אויף ווי ווייט עס איז מעגליך.--שמאלץ רעדן / בליץבריוו 02:15, 28 באוגוסט 2006 (UTC)
ארימע ארטיקל פון איין ווארט אדער בלויז א בילד.
רעדאַקטירןאיך וויל דא רעאגרין איבער א קריטיק פון אונזער פירער און העלד באנוצער:רוני אויף באנוצער:גרשוני'ס רעדן בלאט. [1]
אין מיין פערספעקטיוו, איז וויקיפידיע א געמיינזאמער בשותפותדיגער פראיעקט אינעם הינזיכט, אז נישט יעדער איינער איז גלייך, טייל שרייבער האבן געדודלד און צייט צו שרייבן, טייל בקיצור, טייל באריכות, און טייל האבן בכלל נישט קיין יידישע פאנאטס אויף זייער קאמפיוטער, דא איז יעדער איינער געלאדענט ארויף צו שטעלן זיינע "בייעסעס" און פערזענליכע "האביס". מיט דערצייט וועט אן אנדער קומן און דאס פארבעסערן און פארברייטערן. יידיש שפראך איז לכוארה אויבן אויף די קלענסטע שפראכן וואס באנוצען זיך מיטן קאמפיוטער, און אז מיר זענען אנגקומען ביז אהער איז א נס, און נאר צו פארדאנקן אונזער ליבעראלער פאליסי אז יעדע קליינע נדבה איז אנגעקוקט ווי א ריזיגער מולטי ביליאן דולערדיגע נדבה. --טוב עין 13:23, 31 באוגוסט 2006 (UTC).
- עיקר שכחתי: מען דארף נאר טרעפן עפעס א לייזונג וויאזוי ארויסצוהייבן די איבערמידליכע באנוצער וואס געבן זיך יא אוועק זייער לעבן צו פארברייטערן ארטיקלן סזאל זיין אינהאלטסרייך ווי די 2 באנוצער:שמאלץ און באנוצער:קאצקער. זיי דארפן דערהויבן ווערן אויף א וועג ארויסצוברענגן זייער אומבאגרייפבארער נדבה פאר די דורות ווייטער פון יידיש רעדער וואס וועלן זיך אין די עתיד זיכער באנוצען מיט קאמפיוטער אנדערשט ווי היינט. (אבער נישט חלילה אנמעמען באנוצער:קאצקער'ס פאליסי אז ווער עס שרייבט ווינציג איז נישט געלאדענט, ווי איך האב שוין פריער מסביר געווען אז דאס מיינט א טויט קלאפ פאר א פרייע אנציקלאפידיע).--טוב עין 13:29, 31 באוגוסט 2006 (UTC)
- איך קריטיקיר נישט, אדרבה, איך האלט אויך אז א בילד איז בעסער ווי גארנישט (כאטש וואס ס'איז נישט ענציקלאפעדיש). אבער יעדע נייע באגריף בין איך מציע צו אויסהערן אלעמענס מיינונגען דערפון. ►רוני◄ 16:58, 31 באוגוסט 2006 (UTC)
- עיקר שכחתי: מען דארף נאר טרעפן עפעס א לייזונג וויאזוי ארויסצוהייבן די איבערמידליכע באנוצער וואס געבן זיך יא אוועק זייער לעבן צו פארברייטערן ארטיקלן סזאל זיין אינהאלטסרייך ווי די 2 באנוצער:שמאלץ און באנוצער:קאצקער. זיי דארפן דערהויבן ווערן אויף א וועג ארויסצוברענגן זייער אומבאגרייפבארער נדבה פאר די דורות ווייטער פון יידיש רעדער וואס וועלן זיך אין די עתיד זיכער באנוצען מיט קאמפיוטער אנדערשט ווי היינט. (אבער נישט חלילה אנמעמען באנוצער:קאצקער'ס פאליסי אז ווער עס שרייבט ווינציג איז נישט געלאדענט, ווי איך האב שוין פריער מסביר געווען אז דאס מיינט א טויט קלאפ פאר א פרייע אנציקלאפידיע).--טוב עין 13:29, 31 באוגוסט 2006 (UTC)
Translator wanted
רעדאַקטירןMy grandfather, Joshua Altman (1900-1982), was a Yiddish writer in Toronto. Although one of his novels was serialized in the local Yiddish daily, the great majority of his work, which included two other novels and a large mass of poetry and short fiction, remained unpublished at his death. I am looking for someone to translate, say, a few dozen pages of one of his novels, just so I can get some sense of it, and also to see if it's any good. (I'd be interested to hear your judgment as to its quality: how does his Yiddish compare to that of his contemporaries, what are its stylistic qualities, etc.) If it is, I might want to have more translation done. If interested, please contact me at william.deresiewicz@yale.edu
--דערשאוויץ 12:25, 8 אױגוסט 2006 (UTC)
אפאר נקודות פון באנוצער:אלזוז; 1. מען האט מיך געמעקט!; 2.מיין חשד; 3. געשריבן נאר דורך איינער; 4. וויקיפעדיע האט שמוציגע שפראך; 5. נייעס נאר איינמאל א טאג; 6. יענער מעקט; 7. ער פארטרייבט די חסידישער עולם; 8. נאר לאזן היידפארק ניקס אנפירן וויקיפעדיע; 9. עפענען א תורה'דיגע וויקיפעדיע.
רעדאַקטירןאיך האב שוין נישט איינמאל געשריבן אין וויקעפעדיע. -נישט מיט מיין יעצטיגע נייע ניק- רוב מאל האט מען עס אויסגעמעקט, כאטש עס איז געווען ווערדפולע אינפארמאציע. דירעקט נוטה צום סעקולערן זייט, אן קיין חשש פאליטיק אדער אנדערע זאכן.
איך וויל דא ארויסברענגען מיין חשד אויף די יידישע וויקעפעדיע:
עס ווערט אנגעפירט סך הכל פון איינער אליין מיט אסאך ניקס.
מיינע ראיות:
רוב נייעס זענען מיטן זעלבן סטיל. עס גייט כמעט נישט דורך קיין טאג וואס ווערט נישט דערמאנט קיין סעקסואלע אנגעלענהייטן אין די נייעס. ווי אויך סאטמארע אדער וויליאמסבורגער נייעס נייעס. לויט ווי איך און אנדערע -וואס האבן מיר געזאגט- געדענקן האט זיך געדרייט אויף הייד פארק אזא געוויסע ניק וואס פלעגט זיין כסדר פארנומען נאר מיט די צוויי זאכן. מיט סאטמאר ווייל ער שטאמט פון דארט, און מיט סעקסואלע זאכן צוליב זיין דירעקטע נייגונג צום סעקולערע און ליבעראלע וועלט.
נישט אז דאס באדערט מיך, און נישט אז דאס דארף פאר איינעם באדערן. איך מיין ארויסצוברענגען די רעזולטאטן פונעם אויבנדערמאנטן:
1) די נייעס ווערט אלעס געשריבן אויף איינמאל, און דוקא פון אנהייב טאג. רוב מאל ווערט גארנישט צוגעלייגט דערצו במשך'ן טאג, א באווייז אז דער יעניגער האט זיך זיינע צייטן ווען ער איז פארנומען, און ווען ער האט צייט צו בארייכערן די יידישע וויקעפעדיע.
2) יענער מעקט ככל העולה על רוחו, און רוב מעקערייען זענען געבויעט מיט די מהלכים פון באשמיצן סאטמער, און אויפברענגען סעקסואלע שטותים.
- קיינער מעקט נישט. עס איז א שקר וכזב, ברענג באווייזן אדער א לינק וועלכע בלאט מען האט געמעקט.--סאסמאן 20:14, 21 באוגוסט 2006 (UTC)
3) עס טרייבט אוועק די חסידישע עולם וואס ווילן שרייבן. און ווי עס איז שוין נישט איינמאל ארויפגעברענגט געווארן אויף הייד פארק אז דער עולם וואלט עכט הנאה געהאט צו שרייבן, נאר אזויווי יענער האט א גרויסע ווארט, -ווארשיינליך צוליב זיין גרויסע באשטייערונג צום וויקעפעדיע, טרעפענדיג דערין א וועג וויאזוי אויסצוגעבן זיינע השקפות- ווערט עס מער ווייניגער געפירט אויף זיינע מהלכים וואס לאזט נישט די חסידישע עולם זיך אויפהייבן דעם קאפ.
איך וויל דא קלאר מאכן; אין די רגע וואס וויקיפעדיע וועט אנגעפירט ווערן דורך הייד פארק ניקס, וואס האבן שוין אן אלטער היסטאריע און דער עולם ווייסט ווער זיי זענען, וועט וויקעפעדיע ווערן אויפגעבויעט אין אפאר וואכן, מעגליך אויף אזא פארנעם ווי דער העברעאישן וויקעפעדיע.
מיר געפינען זיך נישט דא דאס פלאץ! עס איז אומתורה'דיג צו קריכן אויף די הינער אויג און שרייבן יעדעס צווייטע ווארט סעקס און געשלעכט, און דערמאנען נעמען פון פריוואטע מענטשן!
איך וויל פרעגן דא מיטן גרעסטן מאס הכנעה פון די וואס פארלאנגען הכנעה, איז שייך טעכניש אזא זאך צו עפענען נאך א וויקעפעדיע? וואס זאל זיין תורהדיג אויסגעהאלטן און האבן אידישע תקנות? און אדרבה זאל מען זיך איבערצייגן ווי שנעל יענס וועט ווערן אויפגעבויעט און באארבעט אין געציילטע חדשים אסאך גרעסער ווי די יעצטיגע.
די סיבה איז פשוט, מער חסידישע אידן זענען אינטערסירט אין אידיש ווי יידישיסטן. און עס וועט עקזיסטירן אסאך מער אנפירערס וועלכע וועלן ליגן דערין מיט גאנצן אייפער, נישט אזויווי דא לויט די יעצטיגע סיטואציע מיט איין אנפירער -לויט מיין חשד.
אדרבה זאל געמאכט ווערן א שטודיע אין הייד פארק ווי אלע חסידיש-אידישע אידן דרייען זיך וואס עס וואלט זיי געברענגט צום וויקיפעדיע. עס איז נישט קיין סוד אז אויף הייד פארק איז נישט איינמאל ארויפגעברענגט געווארן אפשיי פונעם גאנצען וויקעפעדיע.
וויאזוי עס זאל נאר נישט זיין, שטעל איך פאר נאך א הצעה, אז יהיה מי שיהיה ווער עס פירט דא אן די וויקעפעדיע זאל קומען נענטער צום חסידישן עולם און זיך צונויפשרייבן מיט זיי אויף הייד פארק.
אויב נישט זעה איך נישט קיין עתיד פאר וויקעפעדיע, און אפילו אויב יא, נישט מיט חסידישע אידן! פינטל.
(מיין ארטיקל דא זאל ביטע נישט אפגעמעקט ווערן! ווייל דאס וועט -אי"ה- ברענגען א דערווייטערונג אין פולן זין פון ווארט פון יעדן חסידישן איד אריינצוקומען דא)--אלזוז 18:20, 21 באוגוסט 2006 (UTC)
- דאס איז שקר וכזב קיינער האט אים נישט געמעקט.
- יעדער האט א רעכט דא צושרייבן מיט וויפל ניקס ער וויל. דו קענסט דיר מאכן מער ניקס ווי אים און שרייבן מער ווי אים.
- הייד פארק איז פיל מער אנגעקפיקעוועט מיט מחלוקת לשון הרע און שנאת חינם וואס מ'רייסט זיך ארום ווי קליינע קינדער אגאנצען טאג אן אויפהער. סאו דאס וואס דו האסט אמאל געטראפן אומאיידעלע שפראך, לאזט מען דיך אויסמעקן און פארבעסערן. דאס אז דו ביסט אזוי פארליבט אין היידפארק קינדערישקייטן ווייזט ווער דו ביסט.
- צופרי איז אויסגעשטעלט אז מען פארציילט די נייעס. דא איז נישט קיין ראדיאו אדער טעלעוויזשאן וואס מ'דארף דיר געבן נייעס יעדע סעקונדע אין טאג. קיין איין וויקיפעדיע ווערט נישט אפדעיטעט די נייעס מער ווי איינמאל א טאג. אויב דו ווילסט דוקא נאך נייעס שטעל ארויף און קיינער וועט דאס נישט מעקן אויב עס איז רעלאווענט
- עס פרייט מיך זייער צו הערן אז אידן וואס ווילן צענזורירען אנדערע פיצן זיך אפ פון דא. אבער נאכאמאל קיינער קען נישט און האט נישט און וועט נישט פארטרייבן דא קיינעם, און א קאפ וואס וויל זיך דערהייבן אנדערע צו פארשטילן האט נישטא קיין פלאץ
- אלע הייד פארק ניקס שרייבן דא. זעהט באנוצער:זשובוי באנוצער:סאסאמאן, באנוצער:עפשטיין, באנוצער:באטשי. עס נישטא קיין איין הייד פארק ניק וואס שרייבט נישט אין וויקפעדיע.--סאסמאן 20:19, 21 באוגוסט 2006 (UTC)
- אויף דיין תורה וויקיפעדיע קוק אריין אין היידפארק דאס איז דאך לויט דיר א תורהדיגע פלאץ איז אלזא וואס נאך ווילסטו.?--סאסמאן 20:20, 21 באוגוסט 2006 (UTC)
- ביסט גערעכט לגבי דעם אז דא איז דא איינער מיט עטליכע ניקניימס, אבער אויסער דער איינעם איז דא דא נאך פיל מיטגליגערס, און רוב פון זיי פארטוהען זיך נישט מיט סאטמאר פאליטיק. לגבי מעקן ארטיקלען, קיינער מעקט דא נישט ריכטיגע אינפארמאציע, איך ווייס נישט פון ווו דו נעמסט דאס. און לגבי א תורה'דיגע וויקיפעדיע, קענסטו זיך ווענדן צו wikipedia common מיט אזא פארשלאג, און ס'איז גאנץ מעגליך זיי זאלן מסכים זיין צו עפענען אזא יידיפעדיע אדער חסידיפעדיע. אבער ביי אונדז איז דער וויקיפעדיע אָן קיין צענזורע!. מיט פארגעניגן. ►רוני◄ 19:33, 21 באוגוסט 2006 (UTC)