שמחה מאנדלבוים

עסקן אין ירושלים
(אַריבערגעפֿירט פון שמחה מנדלבוים)

שמחה מאַנדלבוים (ט"ו שבט תרכ"ט, יאנואר 1869 - ה' אייר תר"ץ, מאי 1930) איז געווען אן עסקן, פון די אנגעזעענע יידן אין ירושלים. זיין הויז איז שפעטער געווען באוואוסט ווי דער מאנדלבוים טויער (העב'), וואס אין די יארן 19481967 איז געווען דער איינציגער גרענעץ־אריבערגאנג צווישן די צוויי טיילן פון ירושלים.

שמחה מאנדלבוים
קיין פריי בילד
געבורט 10 יאנואר 1869
ט"ו שבט ה'תרכ"ט
טוראוו (ענ'), רוסלענדישע אימפעריע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
טויט 3 מאי 1930 (אלט 61)
ה' אייר ה'תר"ץ
ירושלים, בריטישער מאנדאט רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
קבורה ארט יידישע בית עולם פון הר הזיתים רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

לעבנסגעשיכטע

רעדאַקטירן

ער איז געבוירן געווארן אין טוראוו (היינט אין בעלארוס), צו רב ברוך מאנדלבוים, א קארלינער חסיד וואס איז געווען דער טוראווער רב (פריער געווען רב פון די שטעטלעך סטאלין און מאציעוו (העב')). אין יאר תרל"ד (1874) איז ער ארויף מיט זיינע עלטערן און זיינע ניין געשוויסטער קיין ארץ ישראל און די משפחה האט זיך באזעצט אין ירושלים. אין יאר תרמ"ה (1885) בערך איז ער געפארן קיין קאברין כדי חתונה האבן מיט אסתר-ליבא, די טאכטער פונעם קאברינער רבי׳ו, רבי מנחם נחום עפשטיין. איידער זיי זענען צוריקגעפארן צו ארץ ישראל איז דאס יונגע פארפאלק געפארן קיין לאדזש וואו זיי האבן איינגעקויפט מאשינען צו שטריקן שטרימפ, וואס זיי האבן מיטגעברענגט צום לאנד און האבן מיט דעם געשאפן פרנסה פאר ווייבער פונעם אלטן יישוב.

צווישן זיינע אייניקלעך זענען: