שמואל דייטש
רבי שמואל דייטש (נפטר י"ד סיון תשמ"ה) בעל ילקוט שמואל איז געווען דער פריערדיגער בוקארעשטער רבי אין בוקארעשט, רומעניע. נאך דעם צווייטן וועלט קריג איז רבי שמואל דייטש געקומען קיין אמעריקע און האט זיך באזעצט אין בארא פארק, ברוקלין.
אפשטאם
רעדאַקטירןרבי שמואל דייטש. איז געווען א זון פון רבי משה דייטש הי"ד, קרעטשענעווער רב, א זון און ממלא מקום פון זיין טאטן מוה"ר דוד נתן דייטש אבדק"ק קרעטשנוב, בעל מחבר ספר נפש דוד על התורה.
מוה"ר דוד נתן דייטש[1] איז געווען דער צווייטער רב אין קרעטשנוב, און דער ממלא מקום פון זיין פאטער מוה"ר יוסף יואל דייטש בעל מחבר ספר שו"ת "יד יוסף",
רבי יוסף יואל דייטש[1] בעל מחבר שו"ת "יד יוסף" איז געווען מו"ץ אין שטאט טארנאפאל, אין איינעם מיט מנחת חינוך אין איז געווען רב אין מאנאסטריטש און חודרוב.[2] רבי יוסף יואל דייטש איז געווען דער ערשטער רב פון קרעטשענעוו.
ביאגראפיע
רעדאַקטירןרבי שמואל דייטש איז געווען א תלמיד מובהק פון הרב ישראל פריינד אב"ד הוניאד און ער האט זיך פאר אים פארהערט די הוראה.
רבי שמואל דייטש האט חתונה געהאט י"ז סיון תרפ"ח
רבנות
רעדאַקטירןרבי שמואל דייטש איז געווען דער ערשטער בוקארעשטער רבי. ער איז געווארן רבי אין בוקארעשט בחייו פון זיין טאטע הרב משה דייטש הי"ד אב״ד פון קרעטשענעוו און רב אין ביהמ"ד ״מלביש ערומים״ אין סיגוט און דערנאך און אמעריקא, האט דער רבי ווייטער ממשיך געווען די עבודת הקדוש מיטן פירען די בואקרעשטער קהילה אויף דער 9טער עוועניו און 51סטער גאס אין בארא פארק.
פאמיליע
רעדאַקטירןדי קינדער פון רבי שמואל דייטש זענען ווי פאלגנד:
- חנה מאסקאוויטש ע"ה
- חי' מיראוויץ
- ממלא מקום רבי בנציון דייטש אדמו"ר פון בוקארעשט,
- רבי חיים יצחק דייטש ז"ל
- מנוחה גוטער ע"ה
- ברכה טווערסקי
הערות
רעדאַקטירןהגה"ק מוה"ר משה דייטש הי"ד האט אויך איבערגעדריקט זיין טאטע'ס ספר, נפש דוד על התורה, הגהקו"ט מוה"ר משה דייטש הי"ד, אין זיין רעבעצין ע"ה איז שפעטער אוועק אין די קריג ווי זיי זענען אומגעברענגט געווארן אין אוישוויץ.
רעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ a b ציטירן גרײַז: אומגילטיגער
<ref>
טאַג; קיין טעקסט נישט געשריבן פֿאַר רעפֿערענצן מיטן נאָמעןיזכור
- ↑ שער בלאט פון "יד יוסף"