שלעכטע באלעבאטים (ענגליש: Horrible Bosses) איז א 2011 סוקסעספולע אמעריקאנער שווארצע קאמעדיע פילם וועלכע דערציילט די געשיכטע פון דריי ארבעטער וועלכע ווילן זיך אפרעכענען מיט זייערע שלעכטע בעלי-בתים.

עס איז פילמירט געווארן אין און ארום לאס אנדזשעלעס.

א המשך מיטן נאמען שלעכטע באלעבאטים 2 איז ערשינען אין 2014.

דריי מענער פרובירן זיך אפצורעכענען מיט זייערע שטאלצע ארבעטס-געבער וועלכע טוהען זיי באלעסטיגן.

זיי טראכטן פון א פלאן זיי צו הארגענען. אינמיטן שפיאנירן אויף זיי לאזן זיי איבער א געגנבעטע סעלפאון, און דערפאר הארגעט איינע די צווייטע מיינענדיג אז זיין ווייב האט געטשיעדט מיט איהם.

זיי רעקארדירן איהם עס זאגן אויף א רעקארדער, אבער עס ווערט פארמעקט. למעשה ווערט רעקארדירט אין די קאר ווי ער האט זיך אליין געשאסן זיי צו פרעימען.