שלמה אפרים פון לונטשיץ
רבי שלמה אפרים פון לונטשיץ (נפטר ז' אדר[1] ה'שע"ט, 21סטן פעברואר 1619) איז געווען רב אין פראג און מחבר פונעם ספר כלי יקר אויף תורה.
געבורט |
1550 פוילן |
---|---|
טויט | 21 פעברואר 1619 (אלט 69 בערך) |
פאך | רב, שרייבער, ראש ישיבה |
ער איז געבוירן אין לונטשיץ, פוילן, צו זיין פאטער ר' אהרון, וואס האט אים געגעבן דעם נאמען אפרים. אין זיינע עלטערע יארן אין ה'שס"א איז ער געווארן קראנק און מען האט אים צוגעגעבן דעם נאמען שלמה.
ר' אפרים איז געווען א תלמיד פונעם מהרש"ל. אין שס"ד (1604) איז ער געווארן רב פון פראג און אויך ראש ישיבה דארט. ער איז נפטר געווארן ז' אייר ה'שע"ט.
צווישן זיינע תלמידים איז געווען רבי שעפטיל הורוויץ, זון פונעם של"ה.
זיינע ספרים
רעדאַקטירן- עיר גיבורים - דרשות אויף תורה און מוסר.
- עוללות אפרים - דרשות אויף די ימים טובים, און דרשות ביי שמחות ווי ברית מילה און חופה'ס.
- ארח לחיים - דרשות פאר ראש השנה, יום הכיפורים און פסח.
- כלי יקר - פירוש על התורה.
- רבבות אפרים (נישט געדרוקט).