שלום משה הלוי אונגאר
הרב שלום משה הלוי אונגאר איז דער זון פון הרב שמואל דוד אונגאר פון נייטרא, סלאוואקיי, און האט געדינט די נייטרא רבנות פון זיין טאטנ'ס הסתלקות אום אדר תש"ה און שפעטער אין ניו יארק אלס רב פון נייטרא יישוב אין מאונט קיסקא פון איר גרינדונג אין יאר תש"ט ביז זיין פטירה אין תשס"ג.
זיין יוגנט
רעדאַקטירןשלום משה איז געבוירן צו זיין פאטער שמואל דוד און זיין מוטער מרים לאה אונגאר אין חודש חשון ה'תרע"ו (1915) אין שטאט טירנוי וואו זיין פאטער איז דאן געווען רב.
אלס בחור האט הרב שלום משה געלערנט אין זיין פאטער'ס ישיבה אין נייטרא וואו זיין פאטער איז שוין דאן געווען רב, און האט זיך דארט געציילט צווישן די גרעסטע מצויינים.
קומענדיג אין די יארן פון שידוכים האט ער חתונה געהאט מיט די טאכטער פון הרב שמחה נתן גרינבערג - אב"ד קעזמארק און האט זיך באזעצט אויפן שווערס קעסט אין שטאט קעזמארק. עטליכע יאר שפעטער איז ער געפארן קיין נייטרא און זיך דארטן באזעצט אויף צו העלפן זיין טאטן פירן די ישיבה.
ביים חורבן אייראפע
רעדאַקטירןאין יאר תש"ב ווען די דייטשן זענען אריין אין סלאוואקיי איז ר' שלום משה אנטלאפן קיין בודאפעסט ווי ער האט פיל גע'שתדל'ט פאר אידנ'ס וועגן, ער איז דערפאר געווארן איינגעזעצט אין תפיסה אויף א שטיק צייט.
נאך זיין באפרייאונג איז ער צוריקגעפארן אויף נייטרא, און שפעטער איז ער צוזאמען מיט זיין פאטער אנטלאפן צו די וועלדער פון באנסקא ביסטריצא וואו זיין פאטער איז נפטר געווארן, און ער האט אים צייטווייליג באערדיגט.
ביי די קריג האט ר' שלום משה אויך פארלוירן זיין ערשטע ווייב און זיינע צוויי קינדער הי"ד.
אלס רב
רעדאַקטירןנאכן שלוס פון די מלחמה האט ער זיך אומגעקערט קיין נייטרא און מיט די הילף פון ר' יונה פורסט און ר' יצחק זאב מייער האט ער אנגעהויבן צוריק אויפצובויען די נייטרא קהילה, ווי אויך האט ער באלד ווידער ערעפנט די נייטרא ישיבה מיט 50 בחורים וועלכע האבן פארלוירן אלע זייערע נאנטע און באליבטע.
אין אמעריקע
רעדאַקטירןנאך א קורצע וויילע פון נאכאנאנדע פראבירן אויפצובויען דאס אידישקייט אין נייטרא, האט דער רב איינגעזען אז קיין צוקונפט פאר אידן אין סלאוואקיי איז שוין נישט פארהאן, און אין יענע צייט האט ער באקומען אן איינלאדנונג פון אלטע נייטרא תלמידים אין אמעריקע ווי זיי בעטן אים ער זאל אהינקומען מיט די ישיבה, האט ער דאס אנגענומען און ער איז אינאיינעם מיט עטליכע ארויסגעפארן קיין אמעריקע ווי ער האט ווייטער געפירט די ישיבה צוזאמען מיט זיין שוואגער ר' מיכאל בער ווייסמאנדל אין סאמערוויל, ניו יארק.
זיינע ספרים
רעדאַקטירן- ספר משאת משה - עה"ת
זיינע קינדער
רעדאַקטירן- הרב שמואל דוד הלוי אונגאר - ממלא מקומו
- הרב מיכאל דוב יונתן אונגאר
- ווייב פון הרב הלל וויינבערגער - דומ"ץ נייטרא