שמואל עהרנפעלד
הרב שמואל עהרנפעלד (ה'תקצ"ה - א' אב ה'תרמ"ג) איז געווען דער אב"ד פֿון מאטערסדארף און מחבר פונעם ספר חתן סופר.
געבורט |
1835 בראטיסלאווא, עסטרייכער אימפעריע |
---|---|
טויט |
אויגוסט 1883 (אלט 48 בערך) מאטערסדארף, עסטרייך |
פאך | רב |
ערשטע יארן
רעדאַקטירןשמואל עהרנפעלד איז געבוירן אין פרעשבורג אום תקצ"ה צו זיין פאטער הרב דוד צבי עהרנפעלד און זיין מוטער הינדל, א טאכטער פונעם חתם סופר. ער איז געווארן אן איידים ביי ר' בונם פאשקעס.
רבנות
רעדאַקטירןר' שמואל האט געהאט עטלעכע רבנות שטעלעס. אום תרל"ז האט ער אויפגענומען דאס רבנות פון מאטערסדארף, וואס איז געווען די ערשטע שטעלע פון זיין זיידן דער חתם סופר.
ער איז אוועק יונגערהייט צו 48 יאר, און ער ליגט אינעם בית עולם פון מאטערסדארף.