ריטשארד פיינמאן
אמעריקאנער פיזיקער, נאבעל־פריז געווינער
ריטשארד פֿיליפס פֿיינמאן (ענגליש: Richard Phillips Feynman; 11טן מיי 1918, קווינס, ניו יארק, פאראייניגטע שטאטן – 15טן פעברואר 1988, לאס אנדזשעלעס, קאליפארניע) איז געווען א יידיש-אמעריקאנער פיזיקער, א געווינער פונעם נאבעל פריז פאר פיזיק אין יאר 1965 פאר זיין ארבעט אין דעם געביט פון קוואנטן-עלעקטראדינאמיק. ער האט בייגעשטייערט א סך צו דער אנטוויקלונג פון דער טעאריע פון קוואנטן-עלעקטראדינאמיק בפרט, און צו פיזיק בכלל, און ער איז געווען אן אינספירנדער לעקטאר. ער איז געווען א שותף אין דעם "מאנהעטן פראיעקט" פאר אנטוויקלען דעם אטאם-באמבע און אן אנזיכטיגער מיטגליד אין דער "ראדזשערס קאמיסיע" וואס האט געפארשט די אומשטאנדן פון דעם טשאלענדזשער קאסמאס-שיף קאטאסטראפע.
געבורט |
11 מאי 1918 פאר ראקעוועי, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
---|---|
טויט |
15 פעברואר 1988 (אלט 69) פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע |
פעלדער | פיזיק |
וואוינארט | פאראייניגטע שטאטן |
פרעמיעס און פארערונג | געווינער פון נאבעל פריז פאר פיזיק אין 1965 |
הויפט ביישטייערן | |
זיין ארבעט אין דעם געביט פון קוואנטן-עלעקטראדינאמיק | |