רעספיראטאר (פילטער)

(אַריבערגעפֿירט פון ראספיראטאר)
דער ארטיקל דיסקוטירט דעם פילטער. טאמער זוכט איר דעם מעדיצינישן אינסטרומענט, זעט רעספיראטאר (מעדיצין).

א רעספיראַטאר איז א געצייג וועלכער איז געמאכט צו פארמיידן דאס אריינאמטעמען פון שעדליכע שטויב, פארע, גאז און גערוכן. רעספיראטארן קומען אין א ברייטן אויסוואל פון גרויסקייטן און סארטן, פאר די מיליטערישן, אינדוסטריעלן, קאמערציעלן און פריוואטן באניץ. עס זענען דא רעספיראטארן וועלכער דינען נאר אויסצופילטערען די שלעכטע לופט, א שטייגער די רעספיראטארן וועלכע ווערן באניצט דורך קאנסטרוקציע ארבעטער וועלכע ארבעטן מיט שעדליכע כעמיקאליעס, און עס זענען דא מער סאפיסטיקירטע וועלכע שטעלן אויך צו אקסיגען.