רעספיראטאר (מעדיצין)
א רעספיראַטאר (ווערט אויך גערופן מעכאנישער ווענטילאטאר) איז א מעדיצינישע מאשין וועלכער בלאזט אריין אקסיגען אין א מענטש וואס קען נישט אליין אטעמען. כדי א מענטש זאל קענען לעבן מוז דאס בלוט וואס שטראמט אין זיינע אדערן זיין אקסיגען-רייכע בלוט. אויב דער מענטש קען נישט אטעמען, ווערט דאס בלוט נישט בארייכערט מיט אקסיגען און קען דעריבער שטארבן. דער רעספיראטאר דינט במקום די לונגען צו צושטעלן אקסיגען פאר דעם בלוט.
צוליב איר לעבנס וויכטיגע באנוץ, קומען די היינטיגע רעספיראטארן אויסגעשטאטע מיט באטאריעס און אנדערע מעכעניזם, אז אין פאל פון א קורץ שלוס זאל דער מאשין ווייטער געבן אקסיגען. מאדערנע רעספיראטארן זענען אויך אויסגעשטאטעט מיט דיגיטאלע סקרינס וועלכע מעסטן די לופט-מאס, פרעשור, לופט-פלוס, און נאך פיל איינצעלהייטן. אויב דער פאציענט פארלירט גענצליך דעם כוח פון אריינעמען אקסיגען, וועט דער מאשין פייפן א ווארענונגס סיגנאל.