ראובן פייערשטיין
ראובן פֿײַערשטיין (י"ז אב תרפ"א, 21סטן אויגוסט, 1921 – כ"ט ניסן תשע"ד, 29סטן אפריל, 2014) איז געווען א ישראלישער קלינישער, אנטוויקלונג־ און באנעמיקער פסיכאלאג, און פראפעסאר פון פעדאגאגישער פסיכאלאגיע אין בר אילן אוניווערסיטעט און אין וואנדערבילט אוניווערסיטעט אין טענעסי.
געבורט |
21 אויגוסט 1921 באטאשאן, רומעניע |
---|---|
טויט |
29 אפריל 2014 (אלט 92) ירושלים |
מדינה | רומעניע, ישראל |
קבורה ארט | הר המנוחות |
פאך | פעדאגאג, מחנך, פסיכאלאג |
פרסים | ישראל-פרייז |
ער איז געווען א געווינער פונעם ישראל פריז פאר סאציאל וויסנשאפט (1992) און א יקיר ירושלים.
ער איז באוואוסט פאר זיין טעאריע פון אינטעליגענץ וואס האלט אז אינטעליגענץ איז נישט "פעסט" נאר "בייטבאר".[1]
ער איז געבוירן געווארן אין באטושאן, רומעניע, איינע פון ניין געשוויסטער, אייניקלעך פונעם סופר וואס האט געשריבן די ספר תורה פארן צמח צדיק פון וויזשניץ.
ער איז נפטר געווארן אין ירושלים כ"ט ניסן תשע"ד ביי דער עלטער פון 92.[2]
משפחה
רעדאַקטירןפוירשטיין האט געהייראט בערטא גוגנהיים, אן אוראייניקל פון אברהם ערלאנגער, וועמען ער האט דערקענט ווען ער איז געווען אין דער שווייץ. זי איז נפטר געווארן אין 2006.[3] זיי האבן געהאט פיר קינדער:
- הרב ד"ר רפי פייערשטיין, נשיא פון דעם פויירשטיין אנשטאלט און איינער פון די צהר רבנים.
- נועה שווארץ, עוסק אין פסיכאלאגיע
- אהרן פוירשטיין, פארוואלטער פוןסטודיו למשחק ניסן נתיב, ירושלים.
- אדוואקאט דני פייערשטיין
זיין שוועסטער בלהה איז געווען די ווייב פון פראפעסאר יעקב ראנד און די מוטער פון דעם אקטיאר שולי ראנד.
וועבלינקען
רעדאַקטירןרעפערענצן
רעדאַקטירן- ↑ Brown, Hannah. Professor Reuven Feuerstein: A personal remembrance from a very grateful mother. JPost. דערגרייכט דעם 2014-05-01.
- ↑ נפטר געווארן פראפעסאר פייערשטיין, אויף JDN וועבזייטל (אויף העברעיש)
- ↑ אשר קשר, רשמים מסדרת פגישות וביקורים במרכז פוירשטיין בינואר 2008 - הפרק "מסגרת: פוירשטיין - ביוגרפיה, אתר מרכז פוירשטיין