קרעטינגא
|
קרעטינגא (ליטוויש: Kretinga; דייטש: Krottingen) איז א שטאָט אין מערב ליטע וואס געפינט זיך לעבן דעם באלטישן ים.
אין קרעטינגא האבן געוואוינט ליטװינער, רוסן, דײטשן און ײדן. דער ייִדישער ייִשובֿ דאָרט האט אנגעהויבן אין 1663. ביי דער ערשטער וועלט מלחמה, איז דער צענטער פון דער שטאָט איז פארברענט געווארן דורך די דייטשן ווייַל עס איז געווען אַ קנופ־פונקט צווישן הונדערטער באַנען, לאַסטמאַשינען און קאַראַוואַנען וואָס זענען דורכגעגאנגען דאָרט אויפֿן וועג צום רוסישן פֿראָנט. אין דער צווייטער וועלט קריג איז אין קרטעינגא פֿארגעקומען א שחיטה פון דער אידישער געמיינדע דורך די נאציס, וואס איז געווען איינע פון די ערשטע שחיטות פון די נאציס.
נאָך דער מלחמה האָט מען די שטאָט איבערגעבויט. אין 2015, איז די צאָל איינוואוינער אין קרעטינגא געווען 18,732.
ײדן אין קרעטינגא
רעדאַקטירןשול
רעדאַקטירןאין דער קליינער גאַס מיטן נאָמען "שול", איז געווען אַ בית מדרש, וואוּ מען האט געלערנט גמרא. דער בית מדרש איז געווען אָפֿן א גאנצן טאג און ווער עס יז האָט געקענט אַריין אין אים, אַפילו שבת און יום טוּב.
פערזענלעכקייטן פון קרעטינגא
רעדאַקטירן- ברק יאסלעוויטש ( 1809-1765 ) איז געווען א אידישער קריגסמאן וואס האט געקעמפט פאר די פֿרייהייט פון פוילן ביי די קאשיוסקאו מרידה און די נאפאלעאנער מלחמות.
- יוסף בערקאָוויטש 1789-1846 ), זון פון ברק יאָסלעוויטש, איז געווען אַ באַטייליקטער אין דער פּוילישער מרידה וואָס איז פאָרגעקומען אין 1831. ער איז געווען דער קאַפּיטאַן פון דער רייטער־מיליטער.
- הרב אליהו לעווינזון (1888 - 1822) - תלמיד פון רבי ישראל סאַלאנטער, א בארימטער שתדלן און באנקיר. מ׳האט אים גערופֿן ר׳ אֶלע קרעטינגער .
- רבי יחזקאל ״חאַטשע״ כהן (1926 – 1843), מחבר פון "ילקוט יחזקאל".
- אליעזר ליפמאן זילבערמאן ( 1818-1882) - שרייבער, גרינדער און רעדאקטאר פון " המגיד "