עפענען הויפטמעניו

קאארדינאטן: 45°35′N 73°51′W / 45.583°N 73.850°W / 45.583; -73.850

קרית טאהש איז א חסידישע געמיינדע וואס געפינט זיך הארט אין שויס פון בויסבריאנד, א דערפל אין קוויבעק, קאנאדע. קרית טאהש איז די הויפטקווארטיר פונעם חסידישן טאהשער הויף וואס שטאמט אפ אורשפרינגליך פון דעם שטעטל טאש, אונגארן. דאס טאהשער שטעטל לויט פארשידענע איינצלהייטן ציילט אפ צירקע פינף הונדערט משפחות (3,000 טויזנט באוואוינער אין געזאמט).

געשיכטערעדאַקטירן

עס האט דארט אויך געוואוינט דער שריד דור הישן זקן האדמורים דער פריערדיגער טאהשער רבי הרה"ק רבי משולם פייש לאווי זצ"ל וואס האט געגרינדעט דאס שטעטל אין יאר 1963, און האט אויפגעשטעלט די טאהשער חסידות פונדאסניי נאכן חורבן אייראפע און וואס האט פארשיינט און באלייכטעט דאס שטעטל מיט זיין אנוועזנהייט. עס האבן זיך געיאוועט אהין טויזנטער אידן מארבע כנפות הארץ טאג טעגליך,מקבל צו זיין ברכתו הק' און צו זעהן דעם פנים פון אזא אויסגעארבעטער איד. די באוואוינער פון קרית טאהש פירן פולשטענדיג א פארצייטישן לעבנסשטייגער כמעט אזוי ווי אין דעם אלטן היים אין אונגארן. צווישן די בילדונג-אנשטאלטן קען מען אויסרעכענען די ישיבה גדולה און בית המדרש הגדול "ד'קהל אור החיים ד'טאהש", די תלמוד תורה "בית יודא", די מיידל שולע און חתונה זאל "בית צירל", נעץ פון כוללים און נאך. די געמיינדע פארמאגט אויך איר אייגענע הצלה דינסט פאר נויטפעלער, שומרים ארגאניזאציע וואס ארבעט אין געמיינשאפט מיט די באהערדן צו פארמיידן בעיקר איבערפאלן און געוואלט פון גויאישע פארשוינען קעגן אידישע באוואוינער, חברים א.ד.ג.

זעט אויךרעדאַקטירן

רעפערענצןרעדאַקטירן

וועבלינקעןרעדאַקטירן