קלעמענט אטלי
קלעמענט ריטשארד אטלי (ענגליש: Clement Richard Attlee) (3טן יאנואר 1883 – 8טן אקטאבער 1967) איז געווען א בריטישער לייבאר פאליטיקער וואס איז געווען פרעמיער מיניסטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך פון 1945 ביז 1951, און פירער פון דער לייבאר פארטיי פון 1935 ביז 1955.
געבורט |
3 יאנואר 1883 פאראייניגטע קעניגרייך |
---|---|
טויט |
8 אקטאבער 1967 (אלט 84) פאראייניגטע קעניגרייך |
מדינה | פאראייניגטע קעניגרייך |
קבורה ארט | וועסטמינסטער אבי |
פאך | פאליטיקער, דיפלאמאט, פראפעסאר |
זיין רעגירונג האט אדורכגעפירט א פאליטיק לויט דער שיטה פון קינז, געבויט אויף פולן באארבעטן און ברייטע סאציאלע דינסטן. זיי האבן אויך נאציאנאליזירט די הויפט אינדוסטריעס און אויפגעשטעלט די נאציאנאלע געזונטהייט דינסט.
אין אויסערן פאליטיק האט זיין רעגירונג געענדיגט די קאלאניזאציע פון א גרויסן טייל פון דער בריטישער אימפעריע מיט דער זעלבשטענדיקייט פון אינדיע, פאקיסטאן, בורמע, סילאן און יארדאניע. אויך האט געענדיגט דער בריטישער מאנדאט אין פאלעסטינע מיט דעם שאפן פון דאס לאנד ישראל.
יונגע יארן
רעדאַקטירןאטלי איז געבוירן אין פאטני, לאנדאן, דער זיבעטער פון אכט קינדער, צו זיין פאטער הענרי אטלי, אן אדוואקאט, און זיין מוטער עלן ברעווערי וואטסאן.
פֿריערדיגער: ווינסטאן טשערטשיל |
פרעמיער מיניסטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך 1945 - 1951 |
נאָכפֿאלגער: ווינסטאן טשערטשיל |
וואלפאל · פעלהאם · ניוקאסל · דעוואנשיר · ביוט · דזשארדזש גראנוויל · ראקינגהאם · פיט דער פאטער · גראפטאן · נארד · ראקינגהאם · שעלבערן · פארטלאנד · פיט דער זון · עדינגטאן · פיט דער זון · וויליאם גראנוויל · פארטלאנד · פערסיוואל · ליברפול · קנינג · גודריטש · וועלינגטאן · גריי · מעלבארן · וועלינגטאן · פיל · מעלבארן · פיל · ראסל · דארבי · אבערדין · פאלמערסטאן · דארבי · פאלמערסטאן · ראסל · דארבי · ד'יזראעלי · גלאדסטאן · ד'יזראעלי · גלאדסטאן · סאלסבורי · גלאדסטאן · סאלסבורי · גלאדסטאן · ראזבערי · סאלסבורי · באלפור · קאמפבל-באנערמאן · אסקוויט · לויד דזשארדזש · באנאר לא · באלדווין · מאקדאנאלד · באלדווין · מאקדאנאלד · באלדווין · טשעמבערליין · טשערטשיל · אטלי · טשערטשיל · אידן · מאקמילן · דאגלעס-היום · ווילסאן · היט · ווילסאן · קאלאגהאן · טאַטשער · מיידזשער · בלער · ברוין · קאַמעראן · מיי · זשאנסאן · טראַס · סונאַק | |