פרעמיער מיניסטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך
דער פרעמיער מיניסטער פונעם פאראייניגטן קעניגרייך דער העכסטער מיניסטער אין דער בריטישער רעגירונג, און איז דער פארזיצער פונעם עקסעקיוטיוו. דער אמט עקזיסטירט נישט אויף א פארמאלן אופן, און האט זיך אנטוויקלט איבער די לעצטע צוויי הונדערט יאר.
אפיציעלע וועבזייטל |
דער פרעמיער מיניסטער, לויט דער קאנסטיטוציע, איז דער מענטש וואס דער מאנארך בעט אים צוזאמענשטעלן א רעגירונג; אפיציעל האט פארלאמענט קיין ראלע אין אויסקלויבן דעם פרעמיער מיניסטער. הלכה למעשה קלויבט אויס דער מאנארך אלס פרעמיער מיניסטער דעם מענטש וואס וועט קענען האבן דעם געטרוי פון דעם הויז פון קאמאנס.
די בריטישע סיסטעם פון וואלן איז געבויט אויף וויילערשאפטן וואס איס גורם אז כמעט אלעמאל האט איין פארטיי אן אבסאלוטע מערהייט אין פארלאמענט. קומט אויס אז דער איינציגער וואס קען ווערן פרעמיער מיניסטער איז דער פירער פון יענער פארטיי און דער מאנארך ניצט נישט קיין באקלערונג וועמען צו רופן. אויך ווען די גרעסטע פארטיי האט נישט קיין אבסאלוטע מערהייט וועט מען רופן איר פירער אויפשטעלן א מינדערהייטע רעגירונג טאמער ער קען פארלאזן אויף דער הסכמה פון די קליינע פארטייען.
נאך אלגעמיינע וואלן וועט דער מאנארך שוין צומארגן רופן דעם פירער פון דער גרעסטע פארטיי צו ווערן פרעמיער מיניסטער. טאמער דער פריערדיקער פרעמיער מיניסטער האט פארלוירן גייט ער גלייך צום מאנארך צו רעזיגנירן, און דער מאנארך רופט דעם געווינער וואס ווערט שוין דער נייער פרעמיער מיניסטער-ער דארף נישט ווארטן אז פארלאמענט זאל געבן זיין צוטרוי. נאר ווען די גרעסטע פארטיי האט נישט קיין אבסאלוטע מערהייט ווארט דער מאנארך ביז עס ווערט קלאר ווער וועט קענען צוזאמענשטעלן א קאבינעט וואס וועט האבן די צוטרוי פון פארלאמענט. אין אזא פאל בלייבט דער פריערדיקער פרעמיער מיניסטער ביז מען קלויבט אויז זיין נאכפאלגער.
וואלפאל · פעלהאם · ניוקאסל · דעוואנשיר · ביוט · דזשארדזש גראנוויל · ראקינגהאם · פיט דער פאטער · גראפטאן · נארד · ראקינגהאם · שעלבערן · פארטלאנד · פיט דער זון · עדינגטאן · פיט דער זון · וויליאם גראנוויל · פארטלאנד · פערסיוואל · ליברפול · קנינג · גודריטש · וועלינגטאן · גריי · מעלבארן · וועלינגטאן · פיל · מעלבארן · פיל · ראסל · דארבי · אבערדין · פאלמערסטאן · דארבי · פאלמערסטאן · ראסל · דארבי · ד'יזראעלי · גלאדסטאן · ד'יזראעלי · גלאדסטאן · סאלסבורי · גלאדסטאן · סאלסבורי · גלאדסטאן · ראזבערי · סאלסבורי · באלפור · קאמפבל-באנערמאן · אסקוויט · לויד דזשארדזש · באנאר לא · באלדווין · מאקדאנאלד · באלדווין · מאקדאנאלד · באלדווין · טשעמבערליין · טשערטשיל · אטלי · טשערטשיל · אידן · מאקמילן · דאגלעס-היום · ווילסאן · היט · ווילסאן · קאלאגהאן · טאַטשער · מיידזשער · בלער · ברוין · קאַמעראן · מיי · זשאנסאן · טראַס · סונאַק | |