קליטשאנעף

דארף אין אוקראינע
קליטשאנעף (דארף)
Клячаново
מדינה / טעריטאָריע אוקראינע
קאָאָרדינאַטן 48°27′54″N 22°40′1″E / 48.46500°N 22.66694°E / 48.46500; 22.66694קאארדינאטן: 48°27′54″N 22°40′1″E / 48.46500°N 22.66694°E / 48.46500; 22.66694
גובערניע זאקארפאטיע
ראַיאָן קארפאטארוס
דיסטריקט מונקאטש
שטח 2 קוואדראט ק"מ
הייך 118 מעטער

 ‑ אין דארף
 ‑ באַפעלקערונג ענגקײט

1,905‏  (שטייענדיג 2001)
934.74 באוואוינער א ק"מ2
צײַט זאָנע UTC+2

קליטשאנעף אדער קליטשאניף[1] (אוקראיניש: Клячаново; אונגאריש: Klacsanó) איז א דארף אין מונקאטש דיסטריקט, זאקארפאטיע גובערניע, אוקראינע, נאענט צו מונקאטש. דאס דארף האט א באפעלקערונג פון 1,905 (לויטן צענזוס פון 2001).

היסטאריע

רעדאַקטירן

דער נאָמען פון קליטשאנעף ווערט ערשט דערמאנט אין 1475.

די ערשטע באַזיצער פון דעם דאָרף זענען געווען די גאַליס משפּחה אין קליטשאנעף.

אין 1910 האט קליטשאנעף געהאט 1099 באוווינער: 62 אונגארן, 211 דייטשן און 825 רוטענער. רעליגיע: 189 קאטאליקן, 681 גריכישע קאטאליקן און 241 יידן.

אין די פינסטערע מלחמה יארן זענען צענדליגער טויזנטער אידן פון מונקאטש און דער גאנצער געגנט איינגעשפארט געווארן אין צוויי געטא'ס אין מונקאטש וואו זיי זענען געווען ביז די נאצי'ס ימ"ש האבן ליקווידירט די געטא'ס אינעם טאג ב' סיון תש"ד און זיי געפירט קיין אוישוויץ הי"ד.‏[2]

וועבלינקען

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן