הר"ר קלונימוס קלמיש שפירא (י"ט אייר ה'תרמ"ט - ד' מרחשון ה'תש"ד) איז געווען רב אין פיאסעצנע, פוילן, א רבי פון חסידים, און א באוואוסטער מחנך.

הרב קלונימוס קלמיש שפירא
געבורט 13 יולי 1889
י"ט אייר ה'תרמ"ט
גראדזשיסק, פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
דערמארדעט 2 נאוועמבער 1943 (אלט 54)
ד' מרחשון ה'תש"ד
פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פוילן רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

ביאגראפיע

רעדאַקטירן

הרב שפירא איז געבוירן אין יאר תרמ"ט אין גראדזשיסק אין קאנגרעס פוילן, א בן זקונים צו זיין פאטער הר"ר אלימלך שפירא (דער גראדזשיסקער רבי) און זיין מוטער חנה ברכה שטערנפעלד (א טאכטער פון דעם כענטשינער רבי'ן). מ'האט אים געגעבן א נאמען "קלונמוס קלמיש" נאך זיין עלטער-זיידן (דעם מאור ושמש). צו דריי יאר אלט איז ער פאר'יתום'ט געווארן פון זיין פאטער. א טייל פון זיין פאטער'ס חסידים האבן ממשיך געווען צו פארן קיין גראדזשיסק צו קלונימוס קלמיש (און זיין יונגערן ברודער ישעיה). אין ה'תרס"ה האט ער חתונה געהאט מיט חיה רחל האפשטיין, די טאכטער פון זיין נעפע דעם קאזשניצער רבי'ן. אין ה'תרס"ט האט ער באקומען היתר הוראה און אין יאר ה'תרע"ג האט מען אים אויפגענומען אלס אב"ד אין פיאסעצנע, א קליין שטעטל דרום פון ווארשע. אין ה'תרפ"ג האט ער מייסד געווען די "דעת משה" ישיבה, אין ווארשע, וואו ער האט געדינט אלס ראש ישיבה. אין דער זעלבער צייט האט ער געפירט זיין רביסטעווע אין פיאסעצנע.

ווען דער צווייטער וועלט קריג האט אויסגעבראכן, איז הרב שפירא געווען פארכאפט אין ווארשע וואס איז געווען ארומגענומען פון די דייטשן. זיינע זון, שנור און מומע זענען געהרגעט געווארן פון דעם באמארדירן, און נישט לאנג נאך דעם וואס די דייטשן האבן איינגענומען פוילן איז זיין מאמע נפטר געווארן. טראץ זיין פערזענלעכן פארלוסט, און נישט רעכענענדיג מיט די אלגעמיינע צרות, האט הרב שפירא זיך אפגעזאגט פון די פארשידענע הצלה נארייען וואס מ'האט געוואנדן צו אים, און ער האט ליבערשט געבליבן מיט זיינע חסידים אין דער ווארשעווער געטא ביז צום סוף.

א רבי פון חסידים

רעדאַקטירן

נאך יעדן שבת און יו"ט האט דער רבי פארשריבן די תורות וואס ער האט געזאגט ביים טיש. די תורות פלעג ער שיקן צו זיין חסיד ר' אברהם ראדזינער וואס האט זיי איבערגעשריבן אין זיין שיינעם כתב. אין תרפ"ט האט ער שוין געהאט צען בענדער פון דברי תורה, אבער דער רבי האט אים געהייסן פארברענען אלץ. נאכער האט ער ווייטער איבערגעשריבן דעם רבי'נס תורות. ווען די מלחמה האט אויסגעבראכן האט ער געהאט מער ווי 2000 בלעטער פון תורה. ר' אברהם האט זיי מיטגענומען ווען מען האט אים געפירט קיין אוישוויץ, און רוב פון זיי זענען געווארן פארניכטעט. נאך דער מלחמה האט זיין זון ר' נתנאל ראדזינער געטראפן א קליינעם טייל פון איבערגעבליבענע בלעטער, וואס איז דערשינען אין תשנ"ה מיט'ן נאמען "דרך המלך".[1][2]

זיינע ספרים

רעדאַקטירן
  • צו וזרוז
  • מבוא השערים
  • חובת התלמידים
  • הכשרת אברכים
  • אש קודש
  • דרך המלך
  • בני מחשבה טובה

וועבלינקען

רעדאַקטירן

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  1. דרך המלך, וועד חסידי פיאסצנה, ירושלים תשנ"ה
  2. המודיע (ענגליש), מאגאזינע אפטייל, כ"ב אדר א' תשס"ח