קים דשאנג און
קים דשאנג און (קארעיש:金正恩 김정은) (געבוירן 8טן יאנואר 1983 אדער 1984), איז דער פירער פון צפון קארעע ("אויבער-פירער"), דער פארזיצער פונעם לאנד'ס-אנגעלעגנהייטן קאמיטעט פון דער אזוי גערופענער "דעמאקראטישער פאלק'ס רעפובליק פון נארד קארעע", אויבער-באפעל'ס-האבער (א קאמאנדיר מיט דער שטערקסטער בפולמאכטיגונג אין מיליטער) פונעם קארעאנישען מיליטער, און פארזיצער פון דער "ארבעט" פאליטישער פארטיי זייט 29סטן דעצעמבער 2011. ער איז דער דריטער און יונגסטער זון פון זיין פארשטארבענעם אין 17טן דעצעמבער 2011 פאטער קים דשאנג איל, און פון זיין דריטער פרוי קא-יאנג-הי. קים דשאנג און האט איבערגענומען די פירערשאפט נאך דעם טויט פון זיין פאטער, און שוין אום 27סטן סעפטעמבער 2010, נאך איידער זיין פאטער וואס איז אויך געווען א דיקטאטור געשטארבן, איז ער אוואנסירט געווארן צו א ראנג פון א גענעראל, נאכפאלגנדיג די אוואנסירונג, איז ער ווידער ערהויכט געווארן צו א העכערן ראנג פון "מארשאל" פונקט אזוי ווי זיין פאטער האט געקריגט.
דער אַרטיקל איז אין מיטן באַאַרבעטן. און עס קען זײַן קורץ, אומפארשטענדלעך אד"ג. ביטע ניט ענדערן דעם אַרטיקל כּל־זמן דער מוסטער איז דערבײַ. דער מוסטער קען בלײַבן ביז אַ װאָך אָן דײַטיקע ענדערונגען. |
אורשפרינגליכע לעבענסגעשיכטע
רעדאַקטירןקים דשאנג און איז דער יונגסטער זון פון צווישן די דריי זין פון קים דשאנג איל, דער פריערדיגער פירער פון צפון קארעע, וואס האט געהערשט אינעם לאנד ביז זיין טויט אין יאר 2011. ער האט א ברודער וואס איז געבוירן געווארן אין יאר 1981 און א שוועסטער וואס איז געבוירן געווארן אין 1987. ס'איז געווען אזעלכע מענטשן וואס האבן באהויפטעט אז זיין פאטער האט געהאט אייגנטליך 7 קינדער פון זיבן פארשידענע פרויען. קים'ס מוטער, קו-יונג-הי, איז געווען די לעצטע ווייב פון קים דשאנג איל.
אום צו ערלאנגען זיין וועזענטליכע אויסבילדונג, איז ער אוועקגעשיקט געווארן אין אויסלאנד. ער פלעגט לערנען אין דער אינטערנאציאנאלער שולע "ליבעפעלד שטיינהאלצי" (דייטש: Schule Liebefeld Steinhölzli), א קליינע פריוואטע שולע וואס געפינט זיך נעבן דער שטאט בערן אין שווייץ, דארט איז ער געווען לויט פארשידענע באריכטן, א תלמיד מיט מיטלמעסיגע נאטעס, היפש שטיל, און ליבהאבער פון קוישבאל.