קאקאשעס איז דער נאָמען פון אן עסנווארג פראדוצירט פון א מין קוקורוזע קערנדלעך, וואס ווערן געהייצט ביז זיי ווערן אויפגעבלאזן און עקספלאדירט.

פּאָפּקאָרן

מען קען הייצן דעם פאפקארן אין א טאפ, אַ מיקראָכוואַלניק אָדער ניצן באזונדערע געצייג פאר קאָקאָשעס. פארן הייצן געט מען צו די קערנדלעך זאַלץ און בוימל אָדער פּוטער.

קאָקאָשעס (אָן בוימל און זאַלץ) האבן אַ הויכן פּראָצענט פון דערנערישן פיבער און האט נישט קיין נאַטריום, פעט און צוקער. אין דער מערב וועלט ווערט רעקאמענדירט נישט צו געבן קאָקאָשעס צו עופעלעך, פֿאַר מורא וועגן דערשטיקונג פון א קערנדל.

ענגליש רעדאַקטירן

אויף ענגליש הייסט קאקאשעס popcorn (פאפקארן). דער נאמען איז א פארקירצונג פון די ענגלישע ווערטער popped corn וואס איז טייטש צעשפאלטענע קוקורוזע.

געשיכטע רעדאַקטירן

קאָקאָשעס איז געווען אַ פאָלקס עסן צווישן די אינדיאנער פון צענטראַל־אַמעריקע, וואָס האבן זיי אויך געניצט אין צירונג. די אייראפעישע קאלאניסטן האבן אויסגעלערנט פון די אינדיאַנער צו מאַכן די קאָקאָשעס. אינעם 19טן-יאָרהונדערט פלעג מען פארקויפן קאָקאָשעס אין די גאסן, פּאַרקן און יארידן. אין 1893, האט מען געשאפן א באוועגלעכע קאקאשע מאשין באשעפער, דורך אַ פירמע פון שיקאַגאָ. אין 1912 האט מען אנגעהויבן פארקויפן קאָקאָשעס אין פֿילם קינאָס און ענדלעך איז געווארן א פאַרבינדונג צווישן קאָקאָשעס און דער קינאָ. ביי דער גרויסער דעפּרעסיע, קאָקאָשעס איז געווען איינער פון די איינציגע פֿאַרבייַסן וואס מען האט זיך ערלויבט צו קויפן, און פון דעמאלסט האט די קאָקאָשעס געשעפט געבליט.