צביה גרינפעלד

(אַריבערגעפֿירט פון צבי' גרינפעלד)

צביה גרינפעלד (געב' תש"ה) איז א ישראלישע פאליטיקערין און א געוועזענער כנסת דעפוטאט.

גרינפעלד איז געבוירן געווארן אין ירושלים צו א חרדישער משפחה, און געלערנט אין בית יעקב שולעס. זי האט שטודירט אין אן ישראל'דיגן אוניווערסיטעט און שיקט אירע קינדער אין מזרחי שולעס, אבער דאס האלט זי נישט צוריק פון זיך רופן חרדיש, זי האט ארויסגעגעבן א בוך קריטיקירענדיג דעם חרדישן לעבנסשטייגער, און זי וואוינט אין דעם חרדישן הר נוף געגנט פון ירושלים. זי האט געוואונען דאס זעקסטע פלאץ אין דער מרץ פרייער פארטיי.

וועבלינקען רעדאַקטירן