פרשת בהעלותך

סדרה אין ספר במדבר

בהעלותך איז די דריטע סדרה אין ספר במדבר.

די סדרה הייבט און מיט דער פרשה פון אנצינדן די מנורה. דערנאך ווערט געברענגט ווי משה רבנו האט געווידמעט די לויים פאר דער עבודה אין דעם משכן. אויך ווערט געברענגט דער סדר פון די מסעות פון די יידן אין דעם מדבר. דערנאך די פרשה פון די מתאוננים. ביים סוף פון דער סדרה ווערט געברענגט די מעשה ווען מרים האט געליטן צרעת.