רבי פנחס תאומים-פרענקל זצ"ל (ה'ת"ר - ה'תרל"ד), רב אין בוקאווסק און ציעשינאוו

רבי פנחס איז געבוירן אין יאר ה'ת"ר (אומגעפער), אן איינציגער זון (בן יחיד) צו זיין פאטער הרב דוב בעריש תאומים-פרענקל, רב קניעניטש און ציעשינאוו, א זון פון הרב יהושע העשיל תאומים-פרענקל פון קאמארנא, א זון הרב ברוך תאומים-פרענקל דער ברוך טעם. און צו זיין מוטער א טאכטער פון הנגיד הרב יונה תאומים-פרענקל פון יעראסלאוו, א זון פון הרב אהרן אריה יהודה לייביש תאומים-פרענקל פון זאוויכוואסט, א ברודער פון ברוך טעם.

רבי פנחס איז געווען רב אין בוקאווסק, אין יאר ה'תרכ"ט איז ער אויפגענומען געווארן רב אין ציעשינאוו אויף זיין פאטער'ס ארט.

רבי פנחס איז נפטר געווארן זייער יונג, אין יאר ה'תרל"ד[1].

רבי פנחס האט געהייראט מרת דרעזיל א טאכטער פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם דער שינאווער רב. זייערע קינדער:

  • מרת פייגא בילא, די ווייב פון הרב שמואל שמחה לייזער פון טארנא, זיי האבן געהייראט ו' טבת ה'תרנ"א.

רעפערענצן

רעדאַקטירן
  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. זעט רעדן בלאט
  2. י"ג אורות, א.ל.ג. תרכ"ב