שמואל שמעלקא עזריאל תאומים-פרענקל

רבי שמואל שמעלקא עזריאל תאומים-פרענקל זצ"ל (ה'תרכ"ז - כ"ב חשוון ה'תרצ"ד), רב אין קלאסנא-וויעליטשקא.

אפשטאם רעדאַקטירן

רבי שמואל שמעלקא עזריאל איז געבוירן אין יאר ה'תרכ"ז [1], צו זיין פאטער הרב פנחס תאומים-פרענקל רב אין ציעשינאוו, א זון פון הרב דוב בעריש תאומים-פרענקל, רב קניעניטש און ציעשינאוו, א זון פון הרב יהושע העשיל תאומים-פרענקל פון קאמארנא, א זון הרב ברוך תאומים-פרענקל דער ברוך טעם. און צו זיין מוטער מרת דרעזיל א טאכטער פון הרב יחזקאל שרגא האלבערשטאם דער שינאווער רב, א זון פון הרב חיים האלבערשטאם דער צאנזער רב.

רבנות רעדאַקטירן

נאך זיין שווער'ס פטירה אין יאר ה'תרמ"ה איז רבי שמואל שמעלקא עזריאל געווארען רב אין קלאסנא-וויעליטשקא אויף זיין שווער'ס ארט. זיין זיידע דער שינאווער רב איז געפארן מיט אים צו זיין באקרוינונג, ער האט געזאגט 'רבי שמואל שמעלקא עזריאל איז שוין דער אכט-און-צוואנציגסטער דור פון רבנים פון זיין פאמיליע.

הסתלקות רעדאַקטירן

רבי שמואל שמעלקא עזריאל איז נפטר געווארן כ"ב חשוון ה'תרצ"ד.

פאמיליע רעדאַקטירן

רבי שמואל שמעלקא עזריאל האט געהייראט בזיווג ראשון מרת שרה ( - י"א אדר א' ה'תרע"ג), א טאכטער פון הרב יחזקאל שרגא פייביש תאומים-פרענקל רב אין קלאסנא-וויעליטשקא. זייערע קינדער:

  • הרב פנחס אריה לייביש תאומים-פרענקל ( - ), ממלא מקום פון פאטער, רב אין קלאסנא.


בזיווג שני האט רבי שמואל שמעלקא עזריאל געהייראט בזיווג שני מרת איטא א טאכטער פון הרב נפתלי האלבערשטאם רב אין קשאנאוו

  • הרב דוד הי"ד.
  • הרב חיים ברוך הי"ד.

רעפערענצן רעדאַקטירן

  • י"ג אורות - סיפורים דערציילט דורך רבי יענקלי לייזער דער פשעווארסקער רבי - ארויס געגעבן דורך זיין אייניקל הרב יוסף נפתלי וואגשאהל, ה'תשנ"ד
  • אנציקלופדיה לחכמי גליציה, מאיר וונדר
  1. י"ג אורות, א.ל.ג. תרכ"ב