פלעטבוש מיידל

אקטאוויסטין און פאליטישע פיגור

עדינה מיילס סעש (ענגליש: Adina Miles Sash; געבוירן מיטן נאמען אסתר עדינה מיילס דעם כ"ז אב ה'תשמ"ז, 22סטן אויגוסט 1987) איז אן אמעריקאנע קאָמיקערין, אקטיוויסטין און פאליטישע קאנדידאט, וואס האט צוגעצויגן א סך אינטערעסע דורך אויסדריקן אירע מיינונגען אויף די סטאנדארטן ביי ארטאדאקסישע פרויען. אויף אינסטאגראם איז זי באקאנט אלס פלעטבוש מיידל (FlatbushGirl).

פלעטבוש מיידל
געבורט 22 אויגוסט 1987 (אלט 37)
ניו יארק, פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
מדינה פאראייניקטע שטאטן פון אמעריקע רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
פאך פאליטיקער, קאמיקער רעדאקטירן דעם פֿאקט ביי וויקידאטן
voteflatbushgirl.com
רעדאקטירן אין וויקידאטן וואס פארזארגט טייל פון דער אינפארמאציע אין דעם מוסטער

עדינה מיילס איז געבוירן געווארן אין ברוקלין, ניו יארק, צו אלי און רונה מיילס. זי האט געלערנט אין א בית יעקב שולע, און אין מאנהעטען הויכשולע פאר מיידלעך. זי האט א אקאדעמישן דיפלאם אין מיטלאלטער־ליטארטור פון ברוקלין קאלעדזש.[1]

זי איז פארהייראט צו חיים סאש, און זיי האבן צוויי קינדער.

מיילס פירט אן אינסטאגראם קאנטע אונטערן נאמען פלעטבוש מיידל, מיט ארום 45 טויזנט נאכפאלגער, וואו זי שטעלט ארויס סעלפיס, וויצן, ציטאטן, און מיינונגען. [2]

אין 2017 האט מיילס אנגעהויבן א קאַמפּיין אונטער דעם העשטעג ״פרומע פרויען האבן פנימער״[3] וואס האט געהאט זייער א שטארקע אפקלאנג, זי איז באשריבן געווארן אין דער דיילי ניוז צייטונג און נאך.

מיילס האט ארויסגענומען א גאנצן בלאט אין דעם פלעטבוש אידישע זשורנאל, צו באדאנקען א לאקאלן קאנסולמאן פאר זיין ארבעט פאר דער אידישער געמיינדע, און זי איז אנגעזאגט געווארן אז איז איר פנים טאר נישט געזען ווערן, און אויך דאס ווארט ״מיידל״ זאל נישט דערמאנט ווערן אין דעם עד. און זי האט פארשפרייט די עד פארדעקנדיג איר פנים מיט אן עמאדזשי, און שרייבנדיג פלעטבוש אינגל אנשטאטס פלעטבוש מיידל.[4]

אום דעצעמבער 2018 האט זי פארטיידיגט לאה פארסטער, א אידישע לעסבישע קאמידיען, וואס האט באשטעלט צו מאכן א פארשטעלונג אין צוויי כשר'ע רעסטאראנטן, און איז אפגעזאגט געווארן צוליב איר סעקסציואליטעט.[5] מיילס האט שטארק פארארבעט אז די אוונט זאל יא פארקומען.

מיילס האט זיך ארויסגעשטעלט זייער שטארק צו פארטיידיגן די ישיבות, און אפהיטן די רעכט פון די עלטערן צו געבן די חינוך וואס זיי ווילן, און נישט ערלויבן די רעגירונג אריינצורעדן. ‏[6]

מיילס איז געלאפן צו זיין פרוי דיסטריקט פירער אין דעם 44סטן דיסטריקט פון ברוקלין אין 2018.

נאך וואס ניו יארק סיטי קאנסולמאן יאמעני וויליאמס האט געווינען די ספעציעלע פארמעסט צו איבערנעמען טיש עדעמס אלץ ניו יארק סיטי פאבליק אדוואקאט, האט ער געדארפט פארלאזן זיין זיץ אין סיטי קאנסול. מיילס איז געלאפן צו ערפילן זיין זיץ. מיילס האט פארשפראכן אין איר קאמפיין צו פארעכטן די פראבלעמען פון די ארטאדאקסישע געמיינדע, ווי אויך די נישט-אידישע געמיינדעס, און אויב זי וועט געווינען וועט זי אוועקגעבן האלב פון איר געהאלט פאר צדקה. ‏[7]

קריטיקירער

רעדאַקטירן

יהודה לעווין, א ברוקלין ניו יארקער ארטאדאקסישער רב און באקאנטער קריטיקירער, האט געשריבן זיין מיינונג אין דעם דזשואיש פּרעס, מיטן טיטל ״פלעטבוש מיידל איז א פירער אדער א פארפירער?״.[8]

אום 2018, נאך וואס מיילס האט ארויסגעשטעלט בילדער פון זיך אויף איר אינסטאגראם קאנטע מיט א לאנגן שייטל,[9] וואס טייל אין איר ארטאדאקסישע געמיינדע האלטן אז עס איז נישט צניעות׳דיג, האט זי באקומען א סך פיינטליכע מעסעדזשעס אנליין.

נאך וואס מיילס איז ארויסגעקומען אין פארטיידיגונגס פון ישיבות, איז זי געקומען אונטער א שטארקע אטאקע פון יאפפעד און אירע אנהענגער. [10]

רעפערענצן

רעדאַקטירן

וועבלינקען

רעדאַקטירן